דער גרעסטער ייִדישער מוזיי אין דער ליטע האָט לעצטנס געעפֿנט אַ צענטער, וואָס וועט באַקעמפֿן דעם אַנטיסעמיטיזם און פּרובירן אויפֿצוהאַלטן די ליטוואַקישע ייִדישע ירושה, סײַ אין דער ליטע, סײַ אין אויסלאַנד.
לויט אַ באַריכט פֿונעם Baltic News Service האָט דער מלוכישער ייִדישער מוזיי אויפֿן נאָמען פֿונעם ווילנער גאון פֿאַראַכטאָגן געעפֿנט זײַן „צענטער פֿון ליטוואַקישער קולטור און קונסט‟.
מע האָט אויפֿגעשטעלט דעם צענטער, וואָס ווערט אונטערגעשטיצט דורך דער ליטווישער רעגירונג, מיט עצות פֿון עקספּערטן אין דער פּוילישער ייִדישער קולטור. לויט אַ דערקלערונג אויף דער וועבזײַט פֿונעם מוזיי וועט דער צענטער, וואָס פֿאַרמאָגט 12 אָנגעשטעלטע, באַטאָנען די „פֿאַרשפּרייטונג פֿון אינפֿאָרמאַציע און דערציִונג, כּדי צו העלפֿן באַזיגן די נעגאַטיווע סטערעאָטיפּן, די אײַנגעוואָרצלטע מיטאָסן און די אַנטיסעמיטישע פּערספּעקטיוון‟.
די דערעפֿענונג פֿונעם צענטער קומט אין דער זעלביקער צײַט, וואָס עס בושעוועט אַ קאָנטראָווערסיע איבער דעם פּלאַן מצד דער ליטווישער רעגירונג צו רעמאָנטירן און ווידער עפֿענען אַ קאָנפֿערענץ־צענטער, וואָס געפֿינט זיך אויפֿן אָרט פֿון אַן אַמאָליקן ייִדישן בית־עולם. די ייִדישע קהילה פֿון דער ליטע, וואָס די רעגירונג אָנערקענט ווי דער אָפֿיציעלער פֿאָרשטייער פֿון די ליטווישע ייִדן, שטיצט דעם פּראָיעקט. אַ סך פּראָמינענטע אויסלענדישע רבנים פֿון ליטווישן אָפּשטאַם זענען אָבער קעגן דעם פּלאַן.
אין די לעצטע יאָרן האָט מען שטאַרק קריטיקירט דאָס לאַנד צוליב דער אָפֿיציעלער מיינונג פֿון איר רעגירונג, אַז סײַ דער חורבן, סײַ די סאָוועטישע אָקופּאַציע פֿון דער ליטע זענען געווען גענאָצידן. מע קריטיקירט אויך די ליטווישע רעגירונג מחמת זי „מעקט סיסטעמאַטיש אָפּ איר געשיכטע פֿון מאַסיווער קאָלאַבאָראַציע מיט די נאַציס, כּדי צו פֿאַרניכטן די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין לאַנד‟, ווי עס האָט איבערגעגעבן אפֿרים זוראָף, דער הויפּט פֿונעם ישׂראלדיקער ביוראָ פֿונעם „צענטער אויפֿן נאָמען פֿון שמעון וויזנטאַל‟.
די דײַטשן, צוזאַמען מיט זייערע ליטווישע מיטהעלפֿער, האָבן דערהרגעט 90% פֿון דער פֿאַר־מלחמהדיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון העכער 200,000 נפֿשות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.