איך ווייס ניט, צי עמעצער פֿאָרשט ערנסט די געשיכטע פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין שיקאַגע. אפֿשר האָב איך עפּעס דורכגעלאָזט, פֿאַרזען, אָבער אין מײַנע הענט איז קיין פֿאָרשונג פֿון אַזאַ מין דערווײַל ניט אַרײַנגעפֿאַלן. און ס׳איז אַ שאָד, ווײַל ס’איז דאָ, בלי־ספֿק, וואָס צו פֿאָרשן. אַ סבֿרא, אַז באַזונדערס אינטערעסאַנט וואָלט געווען אַרײַנצוקוקן אין דעם לאַנג־יאָריקן קאַמף, וועלכן עס האָבן געפֿירט צווישן זיך די קאָנקורירנדיקע צוויי היגע טעגלעכע צײַטונגען: דער „ייִדישער קוריער‟ און דער „פֿאָרווערטס‟.
אַ סימן, אַז קיין פֿאַרלאָזלעכע פֿאָרשונגען וועגן דער געשיכטע פֿון דער שיקאַגער פּרעסע אויף ייִדיש האָט מען ניט געפֿירט, זעט מען, אַ שטייגער, אין דעם ווידעראַנאַנד פֿון דאַטעס און אַנדערע היסטאָרישע פּרטים. ס’איז אַפֿילו ניט קלאָר, ווער עס האָט געשאַפֿן דעם „קוריער‟ און ווען פּינקטלעך איז דאָס געשען — אין 1887 אָדער 1888.
לויט איין ווערסיע, איז דער גרינדער געווען לעאָן זאָלאָטקאָף, אַ גאַנץ פּראָמינענטע פֿיגור אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע. אייניקע מחברים באַקרוינען אים ווי דער „טאַטע פֿון אַמעריקאַנער ציוניזם‟. צוזאַמען מיט זאָלאָטקאָפֿן האָט אין דער צײַטונג געאַרבעט פּיטער ווערניק, שפּעטער אַ באַקאַנטער ייִדישער זשורנאַליסט און טוער. ביידע האָבן זיי געשטאַמט פֿון ווילנע און האָבן אַפֿילו געהאַט משפּחה־פֿאַרבינדונגען צווישן זיך. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז זיי האָבן געמאַכט די גאַנצע צײַטונג זאַלבעצווייט, און זי אַליין אויסגעזעצט.
אַזוי צי אַזוי, זעט אויס, אַז דער „ייִדישער קוריער‟ האָט זיך געשטעלט אויף די פֿיס, ווען איר באַלעבאָס איז געוואָרן כּתריאל שאַראַזאָן, דער פֿאַרלעגער פֿון דער ניו־יאָרקער צײַטונג „טאַגעבלאַט‟; ווי מיר ווייסן, איז דאָס געווען, זינט 1885, די ערשטע טעגלעכע ייִדישע צײַטונג אין ניו־יאָרק. שאַראַזאָן האָט, אַ פּנים, געמאַכט דעם „קוריער‟ פֿאַר אַ טעגלעכער צײַטונג. אין 1901 האָט דער „קוריער‟ טעגלעך פֿאַרקויפֿט 6,000 קאָפּיעס, און זונטיק אַפֿילו מער — 8,000. אין יאָר 1901 איז זי געוואָרן די ערשטע ייִדישע צײַטונג, מחוץ ניו־יאָרק, וואָס איז אויסגעזעצט געוואָרן אויף לינאָטיפּ־מאַשינען — אַ גאַנץ נײַע זאַך אין יענער צײַט.
אין עפּעס אַ מאָמענט (וואָס בלײַבט אויך פֿאַרנעפּלט) איז די צײַטונג אַריבער צו משה פֿישל גינזבורג, און איז פֿאַרבליבן אין די הענט פֿון אָט דער משפּחה ביז נאָוועמבער 1944, ווען די אויסגאַבע איז אונטערגעגאַנגען. אַגבֿ, אין אייניקע קוואַלן ווערט אָנגעוויזן, אַז דווקא ער, משה פֿישל גינזבורג, אַ וויכטיקער כּלל־טוער אין דער שטאָט, האָט געגרינדעט די צײַטונג. אין אַפּריל 1938, זײַנען 1,500 געקומען צו פֿײַערן דעם 50סטן יוביליי פֿון דער צײַטונג און, גלײַכצײַטיק, די גאָלדענע חתונה פֿון דעם פּאָרפֿאָלק גינזבורג.
ס׳איז קלאָר, אַז צום אונטערגאַנג פֿון דעם „קוריער‟ האָט צוגעלייגט די האַנט דער „פֿאָרווערטס‟, וועלכער האָט צום סוף 1918 אויפֿגעבויט אַ באַזע אין שיקאַגע, און זינט 1919 גענומען אַרויסגעבן אַ היגן נוסח פֿון דער צײַטונג. דער שיקאַגער „פֿאָרווערטס‟ האָט געלעבט ביז 1953. אין זײַנע בעסטע צײַטן האָט ער געקענט פֿאַרקויפֿן 15,000 קאָפּיעס — אין דער שטאָט און אין די אַרומיקע געגנטן. אין אַפּריל 1922, האָבן 5,000 לײַט געפֿײַערט אין שיקאַגע דעם 25סטן יוביליי פֿון „פֿאָרווערטס‟. פֿון ניו־יאָרק איז געקומען דער רעדאַקטאָר, אַבֿ. קאַהאַן, צוזאַמען מיטן הויפּט־פֿאַרוואַלטער ברוך וולאַדעק. בראָש דער היגער רעדאַקציע איז געשטאַנען יעקבֿ סיגעל, אַן אַקטיווער סאָציאַליסטישער טוער. דעם 23סטן אַפּריל 1922, האָט ברוך וולאַדעקס אַרטיקל דערציילט דעם לייענער:
אויסער ניו-יאָרק און שיקאַגע, וווּ עס ווערט אַרויסגעגעבן דער „פֿאָרווערטס‟ פֿאַר דער איסט [מיזרח] און פֿאַר דער וועסט [מערבֿ], האָט דער „פֿאָרווערטס‟ נאָך העכער אַ צענדליק אָפֿיסעס איבער דעם לאַנד, וועלכע באַקומען אייגנטלעך אַ באַזונדערן „אייגענעם‟ „פֿאָרווערטס‟: אין פֿילאַדעלפֿיע און אין באָסטאָן, אין נואַרק און אין פּיטסבורג, אין דעטרויט און אין קליוולאַנד, אין מילוואָקי און לאָס-אַנדזשעלעס, אין סעינט-לויִס און מינעאַפּאָליס זײַנען דאָ ספּעציעלע אָפֿיסעס פֿון „פֿאָרווערטס‟ מיט שרײַבער, מענעדזשערס און אַנדערע אָנגעשטעלטע. אונדזערע לעזער אין דעטרויט געפֿינען אין דער פֿרי אַ צײַטונג, וואָס האָט די לעצטע דעטרויטער נײַעס, כאָטש זי ווערט געדרוקט אין שיקאַגאָ. אונדזערע פֿילאַדעלפֿיער לעזער קריגן נאָכמיטאָג אַ צײַטונג מיט די לעצטע נײַעס און מיט די לעצטע אַדווערטײַזמענטס — אַ פֿולשטענדיקע לאָקאַלע צײַטונג.
פּאָליטיש זײַנען די צוויי לאָקאַלע צײַטונגען, „פֿאָרווערטס‟ און „ייִדישער קוריער‟, געווען זייער פֿאַרשיידענע. דער „פֿאָרווערטס‟ האָט זיך געהאַלטן פֿאַר אַ טריבונע פֿון סאָציאַליזם. שפּעטער, ווען די סאָציאַליסטישע פּאַרטיי האָט געוויזן סימנים פֿון פּראָ־סאָוועטישקיין, האָט די צײַטונג אָפּגעענטפֿערט אויף דעם דורך ווערן מער ליבעראַל־רוזוועלטיש איידער סאָציאַליסטיש. דער „קוריער‟ איז געווען פֿרום, קאָנסערוואַטיוו, אָבער ניט פּאַרטיייִש. עס זעט אויס, אַז זשורנאַליסטן פֿון דעם „קוריער‟ האָבן געהאַט מער פֿרײַהייט איידער זייערע קאָלעגן פֿון „פֿאָרווערטס‟, וועלכע האָבן פֿונדעסטוועגן געהאַט עפּעס אַ „פּאַרטיי־ליניע‟. אַזאַ אָפּשאַצונג געפֿינט מען אין די זכרונות פֿון יענער צײַט.
אין לעצטן סך־הכּל, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ געוווּנען. אָבער אין נײַן יאָר אַרום האָט זיך דער שיקאַגער „פֿאָרווערטס‟ אויך פֿאַרמאַכט. צו יענער צײַט איז די צאָל לייענער געווען אַזאַ, אַז קיין איין צײַטונג האָט שוין ניט געקענט אָנזאַמלען די נייטיקע קריטישע מאַסע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.