דער גאָװערנאָר־גענעראַל פֿון אױסטראַליע איז דעם קיניגינס אָפֿיציעלער פֿאָרשטײער אין לאַנד. ער איז שבת געקומען אין דער גרױסער סידנעיער שיל, װאָס איז געגרינדעט געװאָרן אין 1828, 40 יאָר נאָך דעם װי די ערשטע ייִדישע געפֿאַנגענע האָבן געלאַנדעט אין סידנעי. נאָכן דאַװענען האָט ער גערעדט מיט די מתפּללים. אַ פֿאָרשטײער פֿון דער שיל האָט געזאָגט, אַז דער װיזיט „באַװײַזט אױף װיפֿל די אָנפֿירער פֿון לאַנד האָבן דרך־ארץ פֿאַר דער ייִדישער קהילה.‟
חב״ד מעלבורן זאָגט, אַז אַן ערך 10,000 מענטשן זײַנען בײַגעװען בעת זיי האָבן געצונדן דאָס ערשטע חנוכּה־ליכטל אױף אַ לאָקאַלן פֿערדגעיעג־פּלאַץ. עס זײַנען אויפֿגעטראָטן אַ צירק און מאָטאָציקל־ענטוזיאַסטן. אַ חב״ד־פֿאָרשטײער האָט אָנגעזאָגט די זשורנאַליסטן, אַז איבעראַיאָר חנוכּה װעט חב״ד װידער צינדן חנוכּה־ליכט אױפֿן קאָלפֿילדער פֿערדגעיעג־פּלאַץ, און נישט אין קאָלפֿילד־פּאַרק, װוּ די פֿײַערונג פֿלעגט פֿאָרקומען מיט פֿײַערװערק און אַנדערע פֿאַרװײַלונגען. די ענדערונג איז פֿאָרגעקומען, װײַל עס איז לײַכטער צו קאָנטראָלירן די זיכערהײט אינעם געיעגפּלאַץ װי אינעם פּאַרק. חב״ד האָט אױך געצונדן חנוכּה־ליכט אין צענטער שטאָט און אינעם שטאַטישן פּאַרלאַמענט פֿון װיקטאָריע.
די מעלבורנער ישיבֿה און איר טאָגשול האָבן געמאָלדן, אַז די אָרגאַניזאַציע גרינדעט אַ נײַע פּראָגראַם אַרױסצוהעלפֿן די, װעלכע האָבן געליטן סעקסועלע מיסברױכן בעת זײ זײַנען געװען תּלמידים פֿון דער מעלבורנער ישיבֿה. די געליטענע, װעלכע זײַנען דעמאָלט אַלט געװען װײניקער װי 18 יאָר מעגן אָנטײלנעמען אין דער פּראָגראַם, װאָס פֿאַרזיכערט זײ מיט פֿינאַנציעלער אונטערשטיצונג, פּסיכאָלאָגישער באַדינונג, די מעגלעכקײט צו טרעפֿן זיך מיט מיטגלידער פֿון דער איצטיקער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער ישיבֿה און, אױב דאָס איז זײער באַגער, אַן אַנטשולדיקונג פֿון דער ישיבֿה, װאָס אַנערקענט זײערע לײַדן.
יחיאל בעלפֿער, אַ פֿאָרשטײער פֿון דער נײַער אָנפֿירערשאַפֿט, האָט פֿאַרזיכערט די געליטענע, אַז זײ זײַנען געװען אומשולדיקע קינדער און אַז „זײ האָבן געהאַט דאָס רעכט צו זײַן געשיצט און געהיט‟. ער האָט אױך געזאָגט, אַז זײ זײַנען געװען באַרעכטיקט צו פֿילן זיך זיכער אין זײער טאָגשול, כּדי זײ זאָלן דערגרײכן זײער פֿולן פּאָטענציעל. „אין די אַלע פּרטים האָבן מיר אײַך אַנטױשט,‟ האָט ער פֿאָרגעזעצט, צוגעבנדיק, אַז די ישיבֿה איז נישט בכּוח דאָס גוט צו מאַכן. מעני װאַקס, דער פֿאָרשטײער פֿון די געליטענע, האָט אױסגעדריקט זײַן פֿרײד און שטאָלץ, װאָס ער האָט געקענט בײַזײַן בײַ דער מעלדונג פֿון דער נײַער פּראָגראַם. ער האָט גערופֿן אַלע געליטענע צו „האַנדלען װי עס פּאַסט זײ אַם־בעסטן‟.
לײבאָר־פּאַרלאַמענטאַריער האָבן געטאַדלט דעם געװעזענעם לײבאָריסטישן אױסערן־מיניסטער באָב קאַר נאָך דעם, װי ער האָט זיך באַקלאָגט, אַז „די גרױסע אַראַבישע שטאָט‟, ירושלים, װערט „יודאַיִזירט‟. לײבאָרס איצטיקער פֿאָרשטײער פֿאַר אױסערן־ענינים האָט אונטערגעשטראָכן, אַז די לײבאָר־פּאַרטײ איז נישט מסכּים מיט קאַרס מײנונגען, װעלכע זײַנען, לױט אים, „נישט פּראָדוקטיװ‟.
די לײבאָר־פּאַרלאַמענטאַריער אין דעם שטאַט װעסטערן באַטראַכטן איצט די מעגלעכקײט פֿון גוטהײסן אַ רעזאָלוציע, װאָס טאַדלט די כװאַליע אָנפֿאַלן אױף ציװילע ישׂראלדיקע בירגער מיט מעסערס, און אױך די ראָלע פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ בײַם דערמוטיקן אַזעלכע אָנפֿאַלן. די רעזאָלוציע לײקנט, אַז עס איז פֿאַראַן אַ מאָראַלישע עקװיװאַלענץ צװישן די באַפֿאַלער און די באַפֿאַלענע, און לײקנט אױך, אַז די ייִדישע ייִשובֿים זײַנען דער עיקרדיקער שורש פֿון די פּראָבלעמען צװישן מדינת־ישׂראל און די פּאַלעסטינער.
די לײבאָר־פּאַרלאַמענטאַריער אינעם שטאַט קװינסלאַנד האָבן געגרינדעט דעם ערשטן אױסטראַליע־ישׂראלדיקן לײבאָר־דיאָלאָג אין חודש נאָװעמבער. דער געװעזענער לײבאָר־פּרעמיער פֿונעם שטאַט האָט אונטערגעשטראָכן די װיכטיקײט, אַז די לײבאָר־פּאַרלאַמענטאַריער זאָלן וויסן װאָס מער װעגן ישׂראל.
דער איצטיקער אָנפֿירער פֿון דער פֿעדעראַלער פּאַרלאַמענטאַרישער לײבאָר־פּאַרטײ, ביל שאָרטן, האָט אָפּגעלײגט זײַן פּלאַנירטן װיזיט קײן ישׂראל. ער פֿאַרזיכערט אָבער, אַז ער װעט באַזוכן די מדינה אין גיכן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.