אודע טאַראַבין — איינער פֿון די מזלדיקע...

Ouda Tarabin — One of the Lucky Ones

בנימין נתניהו באַגריסט אודע טאַראַבין
GPO
בנימין נתניהו באַגריסט אודע טאַראַבין

פֿון שבֿע כּהן

Published December 15, 2015, issue of January 08, 2016.

די וואָך האָט עגיפּטן באַפֿרײַט אודע טאַראַבין, אַ ישׂראלדיקער בעדויִנער, וועלכער איז אַרעסטירט און באַשולדיקט געוואָרן אין שפּיאָנאַזש לטובֿת מדינת־ישׂראל.

געשען איז עס, ווען ער איז נאָך אַלט געווען 19 יאָר. מען קען עס האַלטן פֿאַר אַ נס, וואָס נאָכן אָפּזיצן די 15 יאָר אין תּפֿיסה — דער טערמין, אויף וועלכע ער איז פֿאַרמישפּט געוואָרן — האָט עגיפּטן אים באַפֿרײַט. די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט געפּרוּווט עטלעכע מאָל איבערצײַגן עגיפּטן צו באַפֿרײַען אים, אָבער ער איז קיין מאָל נישט געוואָרן אַ סימבאָל אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט, ווי גלעד שליט אָדער אַפֿילו ווי אַזאַם אַזאַם, דער דרוזישער אַרעסטאַנט.

עס איז כּמעט אוממעגלעך צו געפֿינען אינפֿאָרמאַציע וועגן די ישׂראלדיקע בירגער, וואָס זײַנען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אין די אַראַבישע לענדער, אָבער וועדליק איך ווייס, זײַנען געווען דרײַ אַזעלכע פֿאַלן אין די פֿאַרגאַנגענע 2 יאָר. אין סעפּטעמבער איז אַבֿרהם (אַוועראַ) מענגיסטו אַריבערגעגאַנגען די גרענעץ מיט עזה. דער אַשקלונער בחור פֿון 28 יאָר לײַדט פֿון עפּעס אַ פּסיכישער קרענק. זײַן גורל איז אין גאַנצן פֿאַרנעפּלט צוליב דעם, וואָס „כאַמאַס‟ טענהט, אַז מען האָט אים אָפּגעשיקט קיין עגיפּטן נאָכדעם וואָס ער האָט געזאָגט, אַז ער וויל צוריקפֿאָרן קיין עטיאָפּיע, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן.

אין אַפּריל האָט אַן 28־יעריקער בעדויִנער פֿונעם דאָרף כוראַ, לעבן באר־שבֿע, געגנבֿעט די גרענעץ מיט עזה. זײַן משפּחה האָט געמיינט, אַז ער געפֿינט זיך אין עגיפּטן אָדער אויפֿן מערבֿ־ברעג, ביז די ישׂראלדיקע פּאָליציי האָט אַנאָנסירט, אַז ער ליגט אין די הענט פֿון „כאַמאַס‟. די סיבה פֿאַרוואָס, אייגנטלעך, ער איז געפֿאָרן קיין עזה, איז אומבאַוווּסט און אַפֿילו דער נאָמען פֿון זײַן שבֿט גיט מען נישט איבער. זײַן משפּחה זאָגט נאָר, אַז ער לײַדט פֿון אַ פּסיכישער קרענק זינט ער איז 17 יאָר אַלט. „ער איז אַן אַראַבער, — טענהן זיי, — נוצן מיר אויס עטנישע און שבֿט־באַציִונגען אים צו געפֿינען, אַנשטאָט צו אַרבעטן דורך דער ישׂראלדיקער רעגירונג.‟

דער פֿאַל, וואָס איך ברענג ווײַטער, קלינגט מער חידושלעך ווי די צוויי דערמאָנטע פֿריִער. אַ מאַן פֿון 64 יאָר, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין תּימן, האָט געפּרוּווט אין יוני הײַיאָר צוריקפֿאָרן, כּדי מיטצוברענגען זײַן ברודער מיט זײַן משפּחה קיין מדינת־ישׂראל. דער ייִד איז געפֿאָרן קיין יאָרדאַניע מיטן פּלאַן צו פֿליִען קיין תּימן, אָבער נאָכדעם פֿאַרשטאַנען, אַז עס זענען נישטאָ קיין פֿליִען אַהין. דאָס לעצטע, וואָס מען ווייסט וועגן אים פֿון זײַן טעלעפֿאָן־געשפּרעך מיט דער משפּחה, אַז ער כאַפּט אַ „טרעמפּ‟ מיט עטלעכע פֿײַנע בחורים, וואָס האָבן אים פֿאָרגעלייגט מיטצונעמען מיט זיך אומזיסט. די משפּחה האָט אים געוואָרנט, אַז עס קלינגט זייער געפֿערלעך. לויט די יאָרדאַנישע אויטאָריטעטן איז ער אַרויסגעפֿאָרן פֿון דער מדינה, אָבער וווּהין ער איז געפֿאָרן ווייסט קיינער נישט. דאָס איז נישט נישט דאָס ערשטע מאָל, אַז ער איז געפֿאָרן פֿון ישׂראל קיין תּימן, און דער שב״כּ האָט אים שוין געבעטן, ער זאָל עס מער נישט טאָן.

אַז די ישׂראלדיקע פּרעסע האָט געשריבן וועגן אַלע דרײַ פֿאַלן, איז געוואָרן אַ גרויסער טאַראַראַם אויף עטלעכע טעג, און נאָכדעם, ווי עס טרעפֿט, בדרך־כּלל, האָט די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט פֿאַרגעסן אין זיי. מען דערמאָנט נישט אין זייערע נעמען אויף דער טעלעוויזיע, מען האַלט נישט קיין דעמאָנסטראַציעס צו דריקן אויף דער רעגירונג צו טאָן פֿאַר זיי מער. אין פֿאַרגלײַך מיט די מעשׂים, געטאָן פֿאַר רון אַרד, וועמענס נאָמען ווערט דערמאָנט ביז הײַנט אויף די אויטאָ־„סטיקערס‟; אָדער מיט דער מיסיע אין 2014 צו געפֿינען די קערפּערס פֿון 22 ישׂראלדיקע זעלנער, וואָס זײַנען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אין עגיפּטן, דער עיקר, אין דער יום־כּיפּור־מלחמה, אָבער אויך אין דער זעקס־טאָגיקער מלחמה און אין די יאָרן צווישן די מלחמות. אַפֿילו אַזאַם אַזאַם, וואָס איז געווען סתּם אַ געשעפֿטס-מענטש איז געווען, דאַכט זיך, אַ העכערע פּריאָריטעט פֿון די דרײַ לעצטע.

מען מוז דאָ באַטאָנען דעם גרויסן אונטערשייד צווישן די פֿאַרשוווּנדענע ישׂראלים און די פֿאַרכאַפּטע זעלנער. קודם־כּל, האָבן די פֿאַרשוווּנדענע אַליין באַשלאָסן צו פֿאָרן אין געפֿערלעכע ערטער. אַז אַ זעלנער ווערט פֿאַרכאַפּט, געשעט עס, ווײַל די מדינה האָט אים געשיקט. און טאַקע, אַז מען טראַכט אַרײַן אינעם פֿאַל פֿון מײַן שכן אין קווינס, ניו־יאָרק, אילן גראַפּעל, דערמאָנט מען די אַלע ישׂראלדיקע קולות, וואָס האָבן אים באַשולדיקט אינעם זײַן אַ גרויסער נאַר צו פֿאָרן קיין עגיפּטן נאָך אַ רעוואָלוציע. אַן אַנדער אונטערשייד איז, אַז סע איז נישט קלאָר, וואָס די רעגירונג קען טאָן בכלל. יאָרדאַניע ווייסט נישט, וואָס ס׳איז געשען מיטן תּימנער און ישׂראל; זי האָט נישט קיין דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט סיריע, איראַק אָדער תּימן, צו קענען זיך דערמיט אינטערעסירן. ישׂראל מיינט, אַז „כאַמאַס‟ האַלט די צוויי יונגע פֿאַרשפּאַרט, אָבער אַז „כאַמאַס‟ זאָגט, „ניין‟, קען מען דען עפּעס טאָן?

די אונטערשיידן העלפֿן אונדז אויך צו פֿאַרשטיין דעם פֿאַל פֿון אודע טאַראַבין. ער האָט נישט געהאַט קיין סיבה צו מיינען, אַז ער וועט אַרעסטירט ווערן בשעתן איבערגיין די גרענעץ אומלעגאַל, ווי דער מינהג איז בײַ די בעדויִנער אין ביידע מדינות; אָבער דאָך איז ער אַרײַן אין עגיפּטן אויף אַן אומלעגאַלן אופֿן. צוריק געשמועסט, האָט מען אין די פֿאַרגאַנגענע פֿינף יאָר נישט געהאַט קיין סטאַבילע רעגירונג, מיט וועמען צו האָבן באַהאַנדלונדלונגען אין עגיפּטן. טאַראַבינס מזל איז, וואָס ער איז נאָך רעלאַטיוו יונג און האָט נאָך צײַט צו בויען אַן אייגן לעבן.