אַ געיעג נאָך ביכער

A Hunt for Books

JTS

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published December 16, 2015, issue of January 08, 2016.

פֿאָרגעקומען איז עס אין אַ שבת־צו־נאַכטס. אַ מאָדנע סצענע. הונדערטער מענטשן, — ס׳רובֿ פֿרומע לײַט, אַרײַנגערעכנט חסידים, וואָס האָבן נאָך אַלץ געטראָגן זייערע שבתדיקע קאַפּאָטעס, זענען געשטאַנען צווישן די ריזיקע פּאָליצעס אין אַ פֿינצטערער ביבליאָטעק. במשך פֿון איבערקוקן אין אײַלעניש די טויזנטער ביכער, וואָס זענען באַלויכטן געוואָרן פֿון די סמאַרטפֿאָנען אין זייערע הענט, האָבן זיי זיך איבערגעשושקעט צווישן זיך וועגן די אומדערוואַרטע מציאות, וואָס זיי האָבן געפֿונען.

יעדע מינוט זענען צוגעקומען נאָך צענדליקער מענטשן, וואָס האָבן זיך אַרײַנגעריסן צווישן דעם עולם, כּדי צו דערנענטערן זיך צו די ביכער. ס׳רובֿ פֿון די פֿאַרזאַמלטע האָבן פֿאָרזיכטיק איבערגעקוקט יעדן באַנד אויף די פּאָליצעס, אויב ס׳איז זיי געלונגען געווען זיך אַרײַנצוקוועטשן צווישן די, וואָס זענען פֿריִער געקומען. געוויסע האָבן אָבער פּשוט געכאַפּט צענדליקער בענד מיט אַ מאָל און זענען ערגעץ אַוועקגעלאָפֿן וואָס ווײַטער פֿונעם המון, כּדי איבערצוקוקן זייער געפֿינס אין אַ מער רויִק אָרט. ס׳איז אין גיכן געוואָרן הייס צוליב דעם דראַנג און דער לופֿט האָט געשמעקט מיט אַ מין פֿײַכקייט — אַ געמיש פֿון שווייס, שטויב און אַלטע פֿאַרגעלטע פּאַפּירן.

איך בין געקומען אינעם בנין, וואָס איז ביז לעצטנס געווען די ביבליאָטעק בײַם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟ לעבן קאָלומביע יענעם שבת־צו־נאַכטס, ווײַל איך האָב געמיינט, אַז דער עולם אינעם ערשטן טאָג פֿונעם דרײַ־טאָגיקן ביכער־אויספֿאַרקויף וועט זײַן דווקא אַ שיטערער. אָפֿיציעל האָט דער אויספֿאַרקויף, מיטן ציל, אַז דער „טעאָלאָגישער סעמינאַר‟ זאָל פּטור ווערן פֿון זײַנע איבעריקע ביכער, איידער מע רײַסט אַראָפּ די ביבליאָטעק, געזאָלט פֿאָרקומען במשך פֿון צוויי טעג, אַ זונטיק און אַ מאָנטיק. ס׳איז מיר אָבער אָנגעקומען אַ בליץ־בריוו, וואָס האָט דערקלערט, אַז אויב מע באַצאָלט 20$ פֿאַר דער פּריווילעגיע, קען מען אַרײַנקומען אויף אַ ספּעציעלער „פֿאָרויס־ווײַזונג‟; וועט מען קענען זען די ביכער מיט אַ טאָג פֿריִער פֿון די אַנדערע קונים. אַ סך מענטשן האָבן, אַפּנים, אויך געהאַט דעם זעלביקן אײַנפֿאַל, ווײַל אַזאַ שטופּעניש האָט די דאָזיקע ביבליאָטעק מסתּמא פֿריִער קיינמאָל ניט געזען. ווי עס טרעפֿט זיך, איז דער בריוו אויך דערגאַנגען צו זייער אַ סך מקורי־ספֿרים פֿון פֿאַרשידענע שניטן, וואָס זענען געקומען, כּדי צו געפֿינען ביליקע ביכער און ספֿרים, וואָס זיי וועלן קענען שפּעטער פֿאַרקויפֿן פֿאַר אַ היפּשן רווח.

פּלוצלעם האָט זיך דאָס ליכט אָנגעצונדן. אַ חסיד האָט וויצלענדיק, אַרויסגעשריגן, „יהי אור‟, אויף זײַן אונגערישן לשון־קודש, און מענטשן האָבן זיך צעלאַכט. די שטימונג איז אָבער אין גיכן געוואָרן מער אָנגעשרענגט, ווײַל אַ פּאָר סעקונדעס נאָך דעם, וואָס די מענטשן האָבן געקענט געהעריק זען די ביכער פֿאַר די אויגן, האָבן זיי גלײַך אָנגעהויבן פּרובירן צו נעמען די בענד. ס׳איז אויסגעבראָכן אַ מין לײַטישע שטופּעניש. איך זאָג אַ „לײַטישע שטופּעניש‟, ווײַל זייער ווייניק מענטשן האָבן באמת געשטופּט איינער דעם אַנדערן. בכלל זענען די אַלע „ביכער־יעגער‟ געווען זייער איידל איינער צום צווייטן. מע האָט אָבער יאָ בלאָקירט דעם וועג פֿון די פֿאַרבײַגייער צווישן די פּאָליצעס, כּדי זיי זאָלן ניט קענען גרינג אַוועקנעמען די ביכער, וואָס מע האָט שוין אויסגעקליבן.

איך בין, צופֿעליק, שטעקן געבליבן צווישן צוויי גרויסע ייִדן אין מיטן פֿון אַ פּאָר פּאָליצעס מיט העכער טויזנט ייִדיש־שפּראַכיקע ביכער. בעת די צוויי האָבן ליקווידירט גאַנצע רייען ביכער — איינער אַ חסיד האָט צוגענומען אַ גאַנצע סעקציע פֿון ייִדישער פּאָעזיע; דער צווייטער, אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער בחור, האָט צוגענומען אַ ריי נומערן פֿון זשורנאַלן, וואָס דער „ייִוואָ‟ האָט אַרויסגעלאָזט — האָב איך פּרובירט אָפּכאַפּן דעם אָטעם. די ביכער זענען בכלל ניט געווען אָרגאַניזירט לויטן טעמאַטישן אָדער לינגוויסטישן סדר, נאָר צעטיילט לויטן פּרײַז. ס׳רובֿ בענד האָבן געקאָסט $1; די ביכער אויף ייִדיש האָבן געקאָסט ס׳מערסטנס $3 דאָלאַר; אַ קליינער פּראָצענט — $10, און אַ פּאָר געציילטע איינסן — $20.

איך האָב באַטראַכט די ביכער. אָט לעבן מײַן קאָפּ געפֿינען זיך אַלע נומערן פֿון דער „אַלגעמיינער ענציקלאָפּעדיע‟ און לעבן מײַנע פֿיס זענען געשטאַנען קינדער־ביכער פֿון ווילנע און וואַרשע. הינטער מײַן רוקן זענען געשטאַנען אַלטע ספֿרים פֿון „ראָמס‟־דרוקערײַ און אָט בײַ מײַנע פֿיס זענען געלעגן, ווי קאַרטאָפֿל־שאָלעכץ, צעריסענע שטיקער פֿון אַ ספֿר פֿון באַגדאַד. ס׳האָט מיר דערמאָנט אין סוצקעווערס אַ ליד וועגן דער „ראָמס‟־דרוקערײַ, — „אַ שורה פֿון בבֿל, אַ שורה פֿון פּוילן‟.

אין דעם מאָמענט האָב איך באַשלאָסן צו זוכן נאָך סוצקעווערס ווערק. ס׳האָט ניט לאַנג געדויערט, ביז איך האָב דערקענט די טיף־רויטע רוקנס פֿון זײַן קאָלעקציע „ייִדישע גאַס‟. פֿאַר דעם, אָבער, וואָס איך האָב געקענט צוקומען צו דער פּאָליצע מיט זײַנע ביכער, האָט זיך פּלוצעם באַוויזן אַ קליינער חסיד, וואָס האָט פֿאַרשטעלט מײַן וועג און אָנגעהויבן אַוועקצונעמען די ביכער און זיי אַרײַנוואַרפֿן אין אַ זעקל. מיר האָבן באַקוקט איינער דעם אַנדערן, אַזוי ווי מע וואָלט געזאָגט אָן ווערטער, „וואָס טוטסטו דאָ? ווי אַזוי קומט איר צו סוצקעווערן?‟ „ס׳געפֿעלט אײַך סוצקעווער?‟ — האָב איך אַ געפּלעפֿטער געשטאַמלט.

„יאָ‟, האָט דער חסיד געזאָגט, „ער איז אַ מעכטיקער שרײַבער‟ און מיט דעם איז ער אין גיכן נעלם געוואָרן מיט זײַן געווינס.

נאָכן אויסקלײַבן אַ צאָל ייִדישע ביכער בין איך געגאַנגען זען, וואָס עס טוט זיך מיט די אַנדערע ביכער און ספֿרים. צוויי יאָר האָב איך געאַרבעט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ און במשך פֿון יענער צײַט האָב איך איבערגעטראָגן טויזנטער און טויזנטער פֿונט ייִדישע ביכער פֿון סקלאַדן און ביבליאָטעקן. קיין איין מאָמענט פֿון מײַנע יאָרן בײַם „ביכער־צענטער‟ קען אָבער ניט פֿאַרגלײַכט ווערן צו דער סצענע, וואָס איז מיר געקומען פֿאַר די אויגן. צווישן צוויי פֿון די הינטערשטסע רייען פּאָליצעס זענען צענדליקער ייִדן געלאָפֿן הין און צוריק מיט גאָר אַלטע ספֿרים, אויסשרײַענדיק אויף אַ געמיש פֿון ענגליש און ייִדיש די נעמען פֿון שטעט, יאָרן לויטן ייִדישן לוח און טיטלען פֿון הייליקע ספֿרים. איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז עס גייט די רייד וועגן גאָר אַלטע ספֿרים פֿון גאַנץ אייראָפּע, ווי אויך דמשׂק, כאַלעב (אַלעפּאָ), און אַנדערע מיזרחדיקע שטעט. איך האָב מיט די אייגענע אויגן געזען גאָר אַן אַלטן „ספֿר התּניא‟ און אַ ביכל תּהילים, וואָס האָט אויסגעזען, ווי עס וואָלט געווען מער ווי 250 יאָר אַלט.

בעת איך האָב, אַ פֿאַרגאַפֿטער, זיך צוגעקוקט צום געיעג נאָך ספֿרים, האָט עמעצער געשריִען אין זײַן טעלעפֿאָן אויף ייִדיש: „דו דאַרפֿסט קומען. ס׳זענען דאָ ממש טויזנטער ספֿרים און אַ סך אוצרות. די חבֿרה דאָ אינעם ׳סעמינערי׳ פֿאַרשטייען פּשוט ניט, וואָס זיי וואַרפֿן אַרויס. שוטים, ממש‟. איך האָב גערעדט מיטן דאָזיקן חסיד בעת ער האָט אַוועקגעטראָגן ביכער אין אַ ווינקל, צוזאַמען מיט אַ שותּף. אַ מוכר־ספֿרים פֿונעם אַלטן שטייגער, האָט ער מיר, סײַ מיט טרויער און סײַ מיט אַן עקסטאַז פֿון אַן אַטלעט נאָך אַן אומדערוואַרטן נצחון, דערציילט וועגן די פֿאַרשידענע טײַערע ספֿרים, וואָס ער האָט געפֿונען. „איך פֿאַרשטיי עס נישט‟, האָט ער מיר און זײַן שותּף געזאָגט נאָכן דערמאָנען אַ פּאָר פֿון די ספֿרים, וואָס ער האָט געהאַלטן, אַז ער וועט זיי קענען פֿאַרקויפֿן פֿאַר הונדערטער דאָלאַרן יעדן באַנד באַזונדער. „ווי אַזוי קענען זיי דערלאָזן אַזאַ זאַך? צי האָט קיינער ניט בודק געווען די ביכער? צי זענען זיי אַזעלכע עם־הארצים, אַז זיי האָבן זיך טועה געווען און דורכגעלאָזט אַזעלכע אוצרות?‟

נאָך אַ ייִד, אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער, איז צוגעקומען צו אונדז און האָט דערקלערט, אַז עס גייט ניט אין עם־הארצות, עס גייט דעם סעמינאַר פּשוט ניט אָן די ווערט פֿון די ביכער. ער האָט דערקלערט, אַז דער הויפּט־דערציִונגס־אַנשטאַלט פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג באַקומט צענדליקער מיליאָנען דאָלאָר פֿונעם פֿאַרקויפֿן אַ פּאָר פֿון זייערע אינטערנאַטן און די „לופֿט־רעכט‟ צום קאַמפּוס, און אַז מע באַטראַכט די ביכער ווי אַ טייל פֿון דעם אַלעם.

עס קען טאַקע זײַן, אַז דער סעמינאַר האָט באַשלאָסן, אַז ס׳איז פּשוט ניט ווערט די צײַט און געלט אָנצושטעלן מענטשן צו פֿאַרקויפֿן יעדן באַנד באַזונדער. ס׳איז מיר זייער שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז דאָס וואָלט געקענט קאָסטן מער געלט ווי דער רווח, וואָס זיי וואָלטן געמאַכט בײַם פֿאַרקויפֿן די ביכער אויף אַ געהעריקן אופֿן. אפֿשר האָב איך אַ טעות. עס גייט אָבער ניט אין דעם. פּערזענלעך, האַלט איך, אַז אַזאַ מין ביכער־יריד איז געווען פּשוט אַן עוולה. אַפֿילו אַז די אַלע ביכער זענען געווען דופּליקאַטן, האָט מען געקענט זיך באַפֿרײַען פֿון די איבעריקע בענד אויף אַ מער בכּבֿודיקן אופֿן.

קודם, וואָלט מען געקענט געבן די סטודענטן אינעם „סעמינאַר‟ די ערשטע געלעגנהייט צו געניסן פֿון די ביכער אַנשטאָט אַ גרופּע מוכרי־ספֿרים און אַנדערע צופֿעליק־געקומענע, וואָס האָבן באַצאָלט פֿאַר דער פּריווילעגיע. צווייטנס, אַז מע פֿאַרקויפֿט שוין די ביכער פֿאַר גראָשנס, וואָלט מען געקענט זיי אַוועקגעבן אַנדערע ייִדישע ביבלאָטעקן אָדער ייִדישע טאָג־שולן.

מער פֿון דעם אַלעם, איז דער גאַנצער ספּעקטאַקל געווען אַן עקלדיקער. צווישן די ביכער, וואָס מע האָט פֿאַרקויפֿט אויפֿן יריד, זענען געווען אַ היפּשע צאָל מיט שטעמפּלען, וואָס האָבן עדות געזאָגט, אַז אַנדערע ביבליאָטעקן און יחידים האָבן געגעבן די ביכער צום „סעמינאַר‟ ווי אַ מתּנה. צווישן אַזעלכע ביכער זענען געווען, למשל, אַ היפּשע צאָל פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟.

בכלל לאָזט עס איבער אַ שלעכטן טעם צו באַטראַכטן, מיט וויפֿל אומכּבֿוד אַ ייִדישע אינסטיטוציע, וואָס דאַרף פֿאַרקעפּעררן די ווערטן פֿונעם „עם־הספֿר‟, האָט באַהאַנדלט אַזעלכע ביכער און ספֿרים, די גײַסטיקע אוצרות פֿון אונדזער פֿאָלק. דער אויספֿאַרקויף איז געווען אַ באַליידיקונג ניט בלויז די סטודענטן פֿונעם „סעמינאַר‟ און די, וואָס האָבן צוגעשאָנקען די חשובֿע אינסטיטוציע ביכער, נאָר אויך די אַלע וואָס האָבן אַמאָל פֿאַרמאָגט די ביכער אין אייראָפּע, סיריע, און אַנדערע מקומות און האָבן געדאַרפֿט זיך צעשיידן מיט זיי צוליב מלחמות, גענאָציד און גירושים.