דער פּױלישער דיכטער טשעסלאַװ מילאָש האָט באַמערקט, אַז װײניק שטעט אין אײראָפּע פֿאַרמאָגן אַזאַ שטאַרקע מיטאָלאָגיע װי װילנע. אין דער אמתן זײַנען דאָ עטלעכע נאַציאָנאַלע מיטאָלאָגיעס אַרום װילנע. ייִדן האַלטן זי פֿאַר „ירושלים ד’ליטא‟, די גײַסטלעכע הױפּטשטאָט פֿון ייִדישלאַנד. פֿאַר די ליטװינער און װײַסרוסן איז װילנע די אַלטע הױפּטשטאָט פֿונעם אַמאָליקן ליטװישן גרױס־פֿירשטנטום, און בײדע פֿעלקער האַלטן זיך פֿאַר די באַרעכטיקטע יורשים פֿון דער דאָזיקער מדינה.
די פּאָליאַקן האַלטן, אַז היות װי די ליטװישע גרױס–פֿירשטנטום איז אינעם 16טן יאָרהונדערט געװאָרן אַ טײל פֿון דער פֿאַראײניקטער פּױליש–ליטװישער מלוכה, דאַרף װילנע על־פּי־חוק געהערן צו פּױלן; און דערצו נאָך האָבן די רוסישע צאַרן געטענהט, אַז דװקא זײ זײַנען די עכטע בני־געדימין, די יורשים פֿונעם ערשטן ליטװישן פֿירשט.
אינעם 20סטן יאָרהונדערט האָט די שטאָט װילנע עטלעכע מאָל געביטן אירע בעלי–בתּים: רוסלאַנד, פּױלן, סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, ליטע, און צװײ מאָל איז זי אָקופּירט געװאָרן דורך די דײַטשן. סוף־כּל־סוף, דאַכט זיך, האָבן זיך די מחלוקות אַרום װילנע אײַנגעשטילט. איצט אָנערקענט די װעלט װילניוס װי די הױפּטשטאָט פֿון דער ליטװישער רעפּובליק, װאָס האָט זיך אין 1991 באַפֿרײַט פֿון דער סאָװעטישער שליטה. װי אַזױ זשע האָבן דװקא די ליטװינער געװוּנען זײער „ירושלים‟? װעגן דעם דערצײלט די נײַע פֿאָרשונג פֿון צװײ ליטװישע היסטאָריקער, דאַנגיראַס מאַטשוליס און דאַריוס סטאַליונאַס.
אײגנטלעך, איז די צאָל פֿון ליטװינער אין דער װילנער געגנט פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה געװען זײער קליין. די שטאָט איז געװען בערך האַלב־ייִדיש און האַלב־פּױליש, און דאָס רובֿ פּױערים אין די סבֿיבֿות האָבן זיך געהאַלטן סתּם פֿאַר „היגע‟ און גערעדט אַ בעלאַרוסישן דיאַלעקט. אַזױ אַרום האָבן די ליטװישע נאַציאָנאַליסטן ניט געקאָנט נוצן דעם לינגװיסטישן אָדער עטנאָגראַפֿישן אַרגומענט װי אַ שטיצע פֿאַר זײערע טענות אױף װילנע. אַ סך װיכטיקער פֿאַר זײ איז געװען דער קולטורעל־היסטאָרישער פֿאַקטאָר.
מאַטשוליס און סטאַליונאַס דערקלערן: „דער באַגריף פֿון װילניוס װי אַ היסטאָרישע אָדער מאָדערנע פּאָליטישע הױפּטשטאָט, אָדער אַ רעליגיעזער צענטער, איז אײַנגעפֿירט געװאָרן אין לערנביכער פֿון געאָגראַפֿיע, אין די באַשרײַבונגען פֿון רעליגיעזע עולה־רגל-זײַן, אין דיכטונג און אין קונסט‟. אַזױ אַרום האָבן די קולטור און דערציִונג געשפּילט די מכריעדיקע ראָלע אינעם איבערצײַגן די גאַנצע ליטװישע באַפֿעלקערונג, אַז װילנע איז זײער הױפּטשטאָט, אַז אַ ליטװישע מלוכה אָן װילנע איז פּשוט ניט מעגלעך.
אָבער דער רעאַלער פּאָליטישער מצבֿ איז געװען אַנדערש. נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה איז װילנע פֿאַרנומען געװאָרן דורך דער פּױלישער אַרמײ, און די נײַ־אױפֿגעקומענע ליטװישע רעפּובליק האָט זיך געמוזט באַנוגענען מיט קאָװנע (קאַונאַס) װי אַ „צײַטװײַליקע‟ הױפּטשטאָט. די דאָזיקע „װײַלע‟ האָט געדױערט כּמעט צװאַנציק יאָר. די „װילנער פֿראַגע‟ איז געװען דער עיקרדיקער ענין סײַ אין דער אױסערלעכער, סײַ אין דער אינערלעכער פּאָליטיק פֿון דער ליטװישער רעפּובליק. די באַציִונגען צװישן פּױלן און ליטע זײַנען געװען ניט קײן פֿרײַנדלעכע, און די ליטװישע מלוכישע פּראָפּאַגאַנדע האָט כּסדר באַטאָנט דעם „ליטװישן‟ מהות פֿון װילנע. מען האָט געטענהט, אַז די פּױליש־רעדנדיקע תּושבֿים פֿון װילנע זײַנען בטבֿע געװען ליטװינער, װאָס זײַנען „פּאָלאָניזירט‟ געװאָרן בעל־כּרחם.
אָבער דער גורל פֿון װילנע איז באַשלאָסן געװאָרן ניט אין װאַרשע אָדער קאָװנע, נאָר אין מאָסקװע און בערלין, װי אַ פּועל־יוצא פֿון דעם אָפּמאַך צװישן היטלער און סטאַלין אין אױגוסט 1939. די רױטע אַרמײ איז אַרײַן אין מיזרח־פּױלן אין סעפּטעמבער 1939, און שױן אין אָקטאָבער האָט דער סאָװעטן־פֿאַרבאַנד איבערגעגעבן די שטאָט און די סבֿיבֿות אין רשות פֿון דער ליטװישער רעפּובליק. די דאָזיקע „מתּנה‟ האָט געהאַט אײן תּנאַי: ליטע האָט דערלױבט די סאָװעטן צו האָבן זײערע מיליטערישע באַזעס אױף איר טעריטאָריע. אין דער אַטמאָספֿער פֿון אַלגעמײנעם התלהבֿות האָבן בלױז געצײלטע יחידים פֿאַרשטאַנען דעם מײן פֿונעם דאָזיקן תּנאַי: װײניקער װי אַ יאָר שפּעטער, אין יוני 1940, איז די גאַנצע ליטװישע רעפּובליק אַנעקסירט געװאָרן דורך סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.
די מלחמה האָט שטאַרק „געהאָלפֿן‟ צו פֿאַרוואַנדלען װילנע אין אַ ליטװישער שטאָט. ייִדן זײַנען אױסגעהרגעט געװאָרן דורך די דײַטשן און זײערע אָרטיקע מיטהעלפֿער, און אַ היפּשער טײל פּאָליאַקן זײַנען „רעפּאַטריִיִרט‟ געװאָרן קײן פּױלן נאָך דער מלחמה. די סאָװעטישע פּאָליטיק נאָך דער מלחמה האָט געהאָלפֿן צו פֿאַרװאַנדלען װילנע ניט סתּם אין אַ סאָװעטישער, נאָר אױך אין אַ ליטװישער שטאָט. די הױפּט–מיטלען זײַנען דערבײַ געװען ניט נאָר סאָציאַל־פּאָליטישע, װי די מיגראַציע פֿון די ליטװינער קײן װילנע, נאָר אױך קולטורעלע: „דער היסטאָרישער נאַראַטיװ, דאָס ענדערן די נעמען פֿון גאַסן, דאָס אױפֿשטעלן נײַע דענקמעלער‟. אינעם סאָװעטישן נוסח פֿון געשיכטע איז װילנע געװען אַ נאַטירלעכע היסטאָרישע הױפּטשטאָט פֿון ליטע, װאָס דאָס אַלײן איז געװען אַ „נאַטירלעכער‟ טײל פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. די אײנציקע זאַך, װאָס מען האָט געדאַרפֿט טאָן נאָכן דערקלערן די אומאָפּהענגיקײט פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, איז געװען צו בײַטן די פֿאָן אױף דעם געדימינאַס־טורעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.