אין רוסלאַנד האָט מען ברייט געפּראַוועט חנוכּה. אַחוץ די יום־טובֿדיקע פּראָגראַמען אין די שילן און ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, האָט מען אויך אָרגאַניזירט אַ פֿײַערלעכע אונטערנעמונג אין „מאַסטערסלאַוול‟ — אַזוי הייסט אַ פּאַרק פֿאַר קינדער אינעם מאָסקווער געשעפֿט־צענטער. דער ייִדישער ליאַלקע־טעאַטער „דער פֿיש קיווע‟ האָט פֿאָרגעשטעלט זײַן ספּעקטאַקל, און דער טאַנץ-אַנסאַמבל פֿון ייִׅדישן קולטור־צענטער — זײַן פּראָגראַם. די קינדער האָבן אויך געקענט שפּילן אין דריידל, באַקן לאַטקעס, זינגען לידער און נאַשן סופֿגניות.
לכּבֿוד חנוכּה האָט דער פּרעזידענט פּוטין פֿאַרבעטן אין קרעמל דעם הויפּט־רבֿ פֿון דעם רוסלענדישן חב״ד, הרבֿ בער לאַזאַר און דעם הויפּט פֿון דער פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות אַלכּסנדר באָראָדאַ. פּוטין האָט באַגריסט אַלע ייִדן פֿון רוסלאַנד מיט חנוכּה און אויסגעפֿרעגט די רבנים מכּוח דעם יום־טובֿ און זײַנע מינהגים.
די צוויי רבנים האָבן אויך דורכגעפֿירט אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ בײַ דער מלוכישער מעדיאַ־אַגענץ „ריִאַ־נאָוואָסטי‟. די רייד איז געגאַנגען וועגן דער פּאָזיציע פֿון חב״ד און ייִדישקייט בכלל, וועגן אַ ריי פֿראַגעס (באַקעמפֿן דעם אינטערנאַציאָנאַלן טעראָריזם, דעם מצבֿ אויף מיטל־מיזרח און אין ישׂראל, אַנטיסעמיטיזם), וועגן דער לאַגע פֿון ייִדישע רעליגיעזע אָרגאַניזאַציעס אין רוסלאַנד און די דערגרייכונגען פֿון רוסלענדישן חב״ד (בתוכם עפֿענען נײַע שילן אין פֿאַרשיידענע שטעט, רײַזעס איבער דעם גאַנצן לאַנד מיטן ציל צוצוציִען די רוסישע ייִדן צו דער רעליגיע און טראַדיציע, אויפֿקלערונג־טעטיקייט, פֿאַרלאַג־פּראָיעקטן, דיאַלאָג מיט אַנדערע קאָנפֿעסיעס און מיט דער מלוכה אאַז״וו).
צו די אַנדערע נײַעס… אין מאָסקווע האָט זיך אַנומלט געעפֿנט אַ נײַער בנין פֿון מוזיי פֿון דער „גולאַג‟־געשיכטע. אינעם נײַעם בנין איז איין זאַל געווידמעט דעם דאָקטוירים־פּראָצעס — אַ בפֿירוש אַנטיסעמיטישע אַקציע פֿון סטאַלינס פּאָליטיק. עס ווערן אויסגעשטעלט סאָוועטישע אַנטיסעמיטישע קאַריקאַטורן, דערציילט די געשיכטע פֿונעם פּראָצעס. מע קען אויך זען ווידעאָס פֿון אינטערוויוען מיט די קרובֿים פֿון די קרבנות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.