עס בלײַבט פֿאַר מיר אַן אָפֿענע פֿראַגע, ווען פּינקטלעך איז אַרויס דער ערשטער נומער פֿון „ייִדישעס טאַגעבלאַט‟. ס’איז קלאָר, אָבער, אַז געשען איז עס אין 1885, און דערמיט איז מיט 140 יאָר צוריק געעפֿנט געוואָרן אַ נײַ זײַטל אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער פּרעסע: דער „טאַגעבלאַט‟ איז געווען די ערשטע טעגלעכע ייִדישע צײַטונג. דאָס הייסט, אַז אַרויסגיין פֿלעגט זי זעקס מאָל אַ וואָך — זי האָט געהאַלטן שבת און געפּראַוועט אַלע יום־טובֿים. איר לייענער איז געווען, דער עיקר, פֿרום און, שפּעטער, ציוניסטיש־געשטימט.
מע קען ניט זאָגן, אַז צו דער צײַטונג האָט מען זיך גלײַך צוגעכאַפּט ווי צו הייסע פּירעזשקעס. אין צוויי יאָר אַרום האָט איר טיראַזש דערגרייכט נאָר 3,750, אין צען יאָר אַרום — 5,200. אָבער אין 1900 איז דער „טאַגעבלאַט‟ שוין פֿעסט געשטאַנען אויף די פֿיס, פֿאַרקויפֿנדיק 40,000 קאָפּיעס אַ טאָג. דער „פֿאָרווערטס‟ איז דעמאָלט געווען אין גאַנצן דרײַ יאָר אַלט און האָט קוים פֿאַרקויפֿט אַ העלפֿט פֿון אָט דער צאָל. אַ געוויסע צײַט האָט מען אַפֿילו געטראַכט וועגן פֿאַרקויפֿן דעם „פֿאָרווערטס‟ דעם באַלעבאָס פֿון „טאַגעבלאַט‟ — כּתריאל שאַראַזאָן (אָדער סאַראַזאָן — Sarasohn), וואָס איז געוואָרן אַן אמתער פּרעסע־מאַגנאַט.
דער מצבֿ האָט זיך געביטן, ווען אַב. קאַהאַן האָט גענומען די לייצעס פֿון דעם „פֿאָרווערטס‟ אין זײַנע הענט. אין 1905, האָט די דאָזיקע צײַטונג שוין געהאַט קונים אויף אַריבער 52 טויזנט קאָפּיעס און דערמיט איבערגעיאָגט דעם „טאַגעבלאַט‟. דער אונטערשייד איז שפּעטער געוואָרן נאָך שטאַרקער: אין 1911 האָט דער טיראַזש פֿון „פֿאָרווערטס‟ דערגרייכט 122 טויזנט, בעת די „טאַגעבלאַט‟ האָט געהאַט נאָר 69 טויזנט.
קאַהאַנס רעדאַקטאָרישע פֿעיִקייטן האָבן, בלי־ספֿק, געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דעם פֿאַרמעסט; אָבער דאָס איז געווען ניט די איינציקע סיבה, וועלכע האָט באַשטימט דעם דערפֿאָלג פֿון „פֿאָרווערטס‟ און דעם שפּעטערדיקן, אין יאָר 1928, אונטערגאַנג פֿון „טאַגעבלאַט‟. זייער קאָנקורענץ האָט אָפּגעשפּיגלט שינויים אין דער סטרוקטור פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדיש־רעדנדיקער באַפֿעלקערונג.
דער „טאַגעבלאַט‟־לייענער איז, בדרך־כּלל, געווען אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, וואָס האָט ניט געוואָלט און ניט געקענט זיך צופּאַסן צום אַמעריקאַנער לעבן. דער דאָזיקער לייענער האָט געפּרוּווט לעבן בערך אַזוי ווי ער האָט געלעבט אין דער אַלטער היים, אָפּהיטן די ייִדישקייט, די טהרת־המשפּחה. דער „טאַגעבלאַט‟ האָט ניט נאָר געשריבן וועגן דעם, נאָר אויך זיך באַטייליקט אין דעם קאַמף פֿאַרן ייִדס מאָראַלישע ווערטן. אַזוי איז עס געווען, אַ שטייגער, אין דעצעמבער 1906.
צו יענער צײַט האָבן טויזנטער ייִדן זיך באַזעצט אין דער ברוקלינער געגנט בראָנסוויל. די מאַנהעטענער „איסט־סײַד‟ האָט שוין פּשוט ניט געהאַט גענוג אָרט פֿאַר נײַע ייִדישע אימיגראַנטן. קיין אייגענע שולן האָבן די אַמעריקאַנער ייִדן דעמאָלט נאָך כּמעט ניט געהאַט, אַזוי אַז זייערע קינדער פֿלעגן זיי שיקן אין די אַלגעמיינע שולן, וועלכע האָבן זיך פֿאַקטיש אָריענטירט אויף קריסטלעכע ווערטן. באַזונדערס שטאַרק האָט זיך עס געפֿילט אַרום ניטל־צײַט, ווען מע האָט געזונגען געהעריקע הימנען, באַפּוצט די שולן מיט כּלערליי ניטל־דעקאָראַציעס.
האָט דער „טאַגעבלאַט‟ געהאָלפֿן צו אָרגאַניזירן אַ מאַסן־פּראָטעסט קעגן אַזאַ „קריסטלעכער פּראָפּאַגאַנדע‟: דעם 24סטן דעצעמבער 1906, זײַנען בערך 25,000 ייִדישע קינדער — אַ דריטל פֿון אַלע תּלמידים אין דער געגנט — ניט געקומען אין די שולן, און דאָס האָט געפֿאָדערט פֿון די בילדונג־אַנשטאַלטן צו ווערן מער סענסעטיוו צו די פֿאָדערונגען פֿון ייִדן. (פּרטים וועגן דעם ענין קען מען איבערלייענען אין לעאָנאַרד בלומס אַרטיקל A Successful Jewish Boycott of the New York City Public Schools, געדרוקט אין זשורנאַל American Jewish History אין דעצעמבער 1980).
אין 1915, האָט דער זעלבער בראָנסוויל אויסגעוויילט אַ ייִדישן דעפּוטאַט אין דער שטאַט־אַסאַמבלעע פֿון ניו־יאָרק. אָבער געווען איז עס ניט קיין פֿרומער ייִד, נאָר דווקא אַ סאָציאַליסט (אַ געוויסע צײַט — אַ מיטאַרבעטער פֿון „פֿאָרווערטס‟), אַבֿרהם שיפּלאַסאָף. צו יענער צײַט איז שטאַרקער געוואָרן די השפּעה פֿון די סאָציאַליסטישע עלעמענטן צווישן די ניו־יאָרקער ייִדן, און דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער עלעמענט איז, פֿאַרקערט, אָפּגעשוואַכט געוואָרן. דערפֿאַר איז טאַקע געוואַקסן די צאָל לייענער פֿון דעם סאָציאַליסטישן „פֿאָרווערטס‟. בערל באָטוויניק, אַ שטענדיקער מחבר פֿון „פֿאָרווערטס‟ (זײַן אַרטיקל „דאָס ייִדישע טאַגעבלאַט‟ איז אַרויס דעם 2טן מײַ 1928), האָט געשריבן, אַז די צײַטונג „טאַגעבלאַט‟ האָט פּשוט אויפֿגעהערט צו קעמפֿן מיטן „פֿאָרווערטס‟.
„ניט נאָר האָט זי אויפֿגעגעבן דעם קאַמף, נאָר זי האָט קיין מוט ניט געהאַט אָנצוהאַלטן איר אייגענע פּאָזיציע. זי איז געווען אַ צײַטונג אין פּריוואַטע הענט, און אַבי נאָר זי האָט געטראָגן פּראָפֿיט, האָט זי רויִק אָפּגעדרוקט וואָס עס איז געווען צום האַנט, און פֿלעגט זיך כאַפּן אַ דרעמל שבת נאָכן קוגל ביז מינחה למעריבֿ. זי האָט גענומען לעבן ווי אַן ערלעכע ייִדענע אויף דער עלטער בײַ קינדער.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.