דער נײַער פּרעזידענט מאָריציאָ מאַקרי האָט באַלד אָנגעהויבן צו לייזן פּראָבלעמען נאָך 12 יאָר פֿון אַ רעגירונג, װאָס האָט איבערגעלאָזט אַ לאַנד מיט שװעריקייטן אויף זייער אַ סך געביטן. דאָך, װעט ניט לײַכט זײַן צו רעגירן, װײַל ער װעט מוזן אונטערהאַנדלען אין סענאַט און אין דעפּוטאַטן־קאַמער, וווּ די מערהייט געהערט צו דער אָפּאָזיציע. די רעגירונג װעט נישט אַפּעלירן דעם באַשלוס פֿון דער קאַמער, װאָס האָט דערקלערט נישט־קאָנסטיטוציאָנעל דעם אָפּמאַך מיט איראַן. סײַ ישׂראל און סײַ פֿאָרשטייער פֿון אַרגענטינער ייִשובֿ האָבן אויסגעדריקט זייער צופֿרידנקייט. איצט װעט מען פֿאָדערן, דער פּאַרלאַמענט זאָל אָפּװאַרפֿן דעפֿיניטיװ דעם אָפּמאַך.
דער נײַער יוסטיץ־מיניסטער האָט געבעטן בײַ די פּראָקוראָרן זיי זאָלן פֿון דאָס נײַ שטודירן ניסמאַנס באַשולדיקונגען קעגן דער געװעזענער פּרעזידענטין, און ער האָט אויך געשטיצט די אויספֿאָרשונג־קאָמיסיע פֿון דעם אַטענטאַט אויפֿן קהילה־בנין, װאָס װעט פֿאַרגרעסערט װערן און מיטאַרבעטן מיט אַ קאָמיסיע, װאָס װעט אַנאַליזירן דעם פּראָקוראָר ניסמאַנס טויט. באַלד האָט ער נאָמינירט אַ געװעזענעם סענאַטאָר און מען דערװאַרט רעזולטאַטן אין די קומענדיקע טעג.
די רעגירונג מיט דער הסכּמה פֿון העכסטן געריכט האָט אָפּגעשאַפֿן די דעקרעטן פֿון דער פֿריִערדיקער רעגירונג, װאָס האָבן געצילט צו שאַפֿן עקאָנאָמישע און פּאָליטישע שװעריקייטן דער נײַער אַדמיניסטראַציע. די רעגירונג װעט אויך איבערקוקן איבער 10,000 נײַע נאָמינירונגען פֿון די לעצטע טעג.
הרבֿ סערגיאָ בערגמאַן, װען ער האָט איבערגענומען זײַן אַמט װי מיניסטער פֿונעם נײַעם קאַבינעט, האָט צוגעזאָגט אויף אַ תּנ״ך, דורכצופֿירן זײַן אַרבעט. די אַנדערע מיניסטאָרן האָבן געשװוירן איבער דעם עװאַנגעליום (קריסטלעכן ביבל).
דעם 11טן דעצעמבער איז אינעם בוענאָס־אײַרעסער קאַטעדראַל פֿאָרגעקומען אַן אינטעררעליגיעזער צערעמאָניע, אָנגעפֿירט פֿונעם אַרציבישאָף מאַריאָ פּאָלי, אויף װעלכער עס האָבן זיך באַטייליקט מיט װערטער און תּפֿילות, פֿאָרשטייער פֿון אַלע אָנערקענטע רעליגיעס אין אַרגענטינע. דער קאָנסערװאַטיװער רבֿ אַבֿרהם סקאָרקאַ, רעקטאָר פֿון ראַבינער־סעמינאַר און פּויפּסט פֿראַנסיס׳ אינטימער פֿרײַנד, האָט אין זײַן װאָרט געבעטן פֿאַרן דערפֿאָלג פֿון דער נײַער רעגירונג און געבראַכט די װוּנטשן פֿונעם ייִשובֿ פֿאַר דעם נײַעם פּרעזידענט.
דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, װאָס דער קאַטוילישער „טע דעום‟ װערט פֿאַרביטן פֿון אַן אינטעררעליגיעזער צערעמאָניע. דער ספֿרדישער אָרטאָדאָקסישער רבֿ, דניאל סאַקאַ, װאָס איז נישט בײַגעװען בײַ דער צערעמאָניע, האָט צוגעשיקט און פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בריװ, װוּ ער װינטשט אים דערפֿאָלג.
מאָנטיק, דעם 14טן דעצעמבער, האָט די נײַע פֿאַרװאַלטונג פֿון דער „דאַיאַ‟ איבערגענומען זייערע אַמטן. דער פּרעזידענט אַריאל כּהן־סבן האָט אין זײַן װאָרט אויסגעדריקט זײַן סאַטיספֿאַקציע, װאָס גלײַך דעם ערשטן טאָג האָט דער פּרעידענט מאַקרי אָנגענומען די מיטלען אָפּצוּװאַרפֿן דעם אָפּמאַך מיט איראַן און זיך אָפּגעבן װײַטער מיטן אויספֿאָרשן ניסמאַנס טויט.
דינסטיק, דעם 15טן דעצעמבער איז פֿאָרגעקומען אינעם מוזיי פֿון אוניװערסיטאַרן צענטער פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער אוניװערסיטעט, די דערעפֿענונג פֿון דער אויסשטעלונג פֿונעם קינסטלער דניאל קורי. די טעמע איז דער חורבן און װי אַזוי צװיי תּלמידים פֿון לודװיג הילבערסהעימער, דער ייִד װאָס האָט געגרינדעט און אָנגעפֿירט מיט דער דײַטשער „באַוהאַוז‟, האָבן אויפֿגעשטעלט דעם לאַגער אין טערעזין. עס װעלן אויך פֿאָרקומען לעקציעס, ספּעציעל פֿאַר סטודענטן, װעגן „מיזרח־אייראָפּע: דער חורבן און די באַוהאַוז‟.
ביזן 16טן דעצעמבער קענען זיך ייִדישע משפּחות פֿון אורוגװײַ פֿאַררעגיסטרירן אינעם פּראָיעקט „פּ. זשי. ביבליאָטעק‟. דער פּראָיעקט, פֿינאַנצירט פֿון ייִדישע אינטערנאַציאָנאַלע פֿונדאַציעס, פֿאַרטיילט יעדן חודש אַ בוך פֿון ייִדישער טעמאַטיק. אַ 350,000 משפּחות פֿון דער גאָרער װעלט זײַנען אַ טייל פֿון דעם פּראָיעקט.
דאָס בוך „יאָסי, דער שפּיאָן װאָס האָט חרטה געהאַט‟, איז פּרעזענטירט געװאָרן פֿרײַטיק דעם 12טן דעצעמבער. די פֿאָרשונג פֿון צװיי זשורנאַליסטן, מרים לװי פֿון אַרגענטינע און שלמה סלוצקי, אַן אַרגענטינער, װאָס װוינט אין ישׂראל, באַשרײַבט דאָס לעבן פֿון אַ שפּיאָן פֿון דער פּאָליציי, ניט קיין ייִד, װאָס האָט זיך אַרײַנגעשמוגלט זינט 1985 אין ייִדישע אינסטיטוציעס, אין דער קהילה און די אַמבאַסאַדע, און איבערגעגעבן סודות דער פּאָליציי. ער איז אַפֿילו געװען אַקטן־סעקרעטאַר אין דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע. ער האָט חתונה געהאַט מיט אַ ייִדישער פֿרוי און װוינט שוין יאָרן לאַנג אין ישׂראל מיט אַ פֿאַרשטעלטן נאָמען. פֿון זײַנע װערטער קען מען זען, אַז די פּאָליציי האָט געװוּסט װעגן די צוגרייטונגען צו די אַטענטאַטן אויף דער אַמבאַסאַדע אין 1992 און דעם קהילה־בנין אין 1994.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.