פּראָג. — דאָס נידעריקע הויז פֿונעם טשעכישן פּאַרלאַמענט האָט גערופֿן זײַן רעגירונג אָפּצוּוואַרפֿן די תּקנות פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, אין שײַכות מיטן צוקלעפּן עטיקעטן אויף יענע פּראָדוקטן, וואָס קומען פֿון די ישׂראלדיקע ייִשובֿים.
אין צוויי באַזונדערע אָפּשטימונגען האָבן די טשעכישע געזעץ־געבער אָנגענומען רעזאָלוציעס, וואָס באַצייכענען דעם באַשלוס מצד דער אייראָפּעיִשער קאָמיסיע ווי „פּאָליטיש מאָטיווירט‟.
לויט די תּקנות, אַרויסגעלאָזט פֿון דער אייראָפּעיִשער קאָמיסיע דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש, טאָר אויפֿן עטיקעט פֿון די פֿרוכטן, גרינסן און אַנדערע פּראָדוקטן, געמאַכט אין די ישׂראלדיקע ייִשובֿים אויפֿן מערבֿ־ברעג, נישט שטיין, אַז ס׳איז פּראָדוצירט אין ישׂראל. דער באַשלוס ווערט קריטיקירט אין ישׂראל און אַנדערע ערטער. דער ישׂראלדיקער פּרעמיער האַלט, אַז די תּקנות דיסקרימינירן קעגן ישׂראל.
אַ גרופּע פֿון 27 טשעכישע געזעץ־געבער, בראָש מיט ראָבין באָניש פֿון דער הערשנדיקער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, האָבן פֿאַרדאַמט די תּקנות באַלד נאָך דעם, וואָס מע האָט זיי פֿאַרעפֿנטלעכט.
„איך האַלט, אַז די ייִשובֿים זענען יאָ אַ גרויסע פּראָבלעם פֿאַר ישׂראל, סײַ וואָס שייך דאָס וואָס קומט פֿאָר אין ישׂראל גופֿא, סײַ וואָס שייך אירע באַציִונגען מיט אַנדערע לענדער‟, האָט באָניש דערקלערט זײַנע קאָלעגן. „דער אַרגומענט מצד דער אייראָפּעיִשער קאָמיסיע, אַז די צייכענונגען אויף די עטיקעטן האָט מען געשאַפֿן דערפֿאַר, וואָס זיי העלפֿן די אייראָפּעיִשע קונים, איז אָן אַבסורד. ס׳איז קלאָר, אַז דער ציל איז צו דריקן אויף ישׂראל. ס׳איז בעסער, מע זאָל איצט פֿאָרזיכטיק אַרבעטן דורכן פּאָליטישן פּראָצעס, איידער צו מאַכן אַקטיוויזם אויף אַן אומגעלומפּערטן אופֿן‟.
פּעטער פּאַפּאָושעק, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער פֿעדעראַציע פֿון ייִדישער קהילות אין לאַנד האָט דערקלערט, אַז ער באַגריסט דעם באַשלוס.
„איך בין צופֿרידן, אַז מע האָט אים באַשטעטיקט, און איך וויל באַדאַנקען די דעפּוטאַטן פֿאַר דעם‟, האָט פּאַפּאָושעק געזאָגט. „ס׳איז געוואָרן קלאָר, אַז דאָס געבן צייכענונגען אויף די פּראָדוקטן פֿון די ייִשובֿים וועט ניט העלפֿן דעם שלום־פּראָצעס צווישן די ישׂראלים און די פּאַלעסטינער. פֿאַרקערט, עס וועט שאַטן דעם פּראָצעס און וועט אויך דערצו שאַטן דער עקאָנאָמיע פֿון דער פּאַלעסטינער טעריטאָריע‟.
די רעזאָלוציעס האָט אויך באַגריסט דער טשעכישער מיניסטער פֿאַר קולטור דניאל הערמאַן, וואָס האָט געזאָגט, אַז די אָפּשטימונג פֿאַרזיכערט, אַז טשעכיע איז צווישן די לענדער, וואָס רעספּעקטירן די מענטשלעכע רעכט און לייקענען אָפּ יעדע פֿאָרעם פֿון דיסקרימינאַציע.
אַלע טשעכישע פּאַרטייען האָבן געשטיצט די רעזאָלוציעס, אַחוץ די קאָמוניסטן, וואָס האַלטן, אַז דאָס לאַנד איז צו תּמימותדיק אומפֿאַרזאָרגט וועגן דער אויפֿפֿירונג פֿון ישׂראל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.