אויב אַ צופֿעליקער מענטש וואָלט געהאַט געזען די העכער 2,500 מענטשן, וואָס האָבן אָנגעפֿילט דעם זאַל אינעם באַרימט „קאַרנעגי־האָל‟, וואָלט אים שווער געווען זיך פֿאָרצושטעלן, אַז אַזאַ ריזיקער עולם הערט זיך צו צו די לידער פֿון י. ל. פּרץ אויף ייִדיש. אָבער אַזוי איז טאַקע געווען.
אמת, דער עולם איז, צום מערסטנס, געקומען ניט אַזוי צוליב די ייִדישע לידער גופֿא, נאָר צו הערן דעם ווער עס האָט זיי רעציטירט: דער פּיאַניסט יעווגעני קיסין. אַפֿילו אויב מע נעמט דאָס אין באַטראַכט, קען מען אָבער ניט אויסמײַדן דעם פֿאַקט, אַז קיסינס רעציטאַציעס האָבן צוגעצויגן דעם סאַמע־גרעסטן עולם אויף אַן אָוונט, געווידמעט דער ייִדישער ליטעראַטור, זינט יצחק באַשעוויס־זינגער האָט באַקומען דעם נאָבעל־פּריז אין 1978.
דער לאָקאַל איז געווען אַ פּאַסיקער פֿאַר אַזאַ היסטאָרישן מאָמענט, ניט בלויז צוליב דעם, וואָס „קאַרנעגי־האָל‟ איז די סאַמע־בכּבֿודיקסטע בינע אויף דער וועלט, נאָר אויך ווײַל שלום־עליכם און חיים זשיטלאָווסקי האָבן אָנגעפֿירט מיט אַן עפֿנטלעכער הזכּרה נאָך פּרצן אויף דער זעלביקער בינע אין אַפּריל 1915. צו יענער צײַט איז פּרץ געווען אינעם סאַמע־צענטער פֿונעם ייִדישן באַוווּסטזײַן סײַ אין פּוילן, סײַ אין אַמעריקע און אַנדערע מקומות. אינעם יאָרהונדערט זינט פּרצס פּלוצלעמדיקער פּטירה איז דער פֿאָטער פֿונעם ייִדישן מאָדערניזם כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן, מחוץ די ייִדישיסטישע און אַקאַדעמישע קרײַזן. איין קלאָרער באַווײַז דערפֿון איז געווען דער פֿאַקט, וואָס מע האָט געקענט הערן ווי מע שושקעט זיך אין זאַל גלײַך פֿאַר קיסינס וואָרט־קאָנצערט: „ווער איז געווען י. ל. פּרץ?‟
די פּראָגראַם האָט אויך אַרײַנגענומען מוזיק פֿון די קאָמפּאָזיטאָרן, וואָס פֿאַר אַ סך מענטשן אין זאַל זענען געווען אומבאַקאַנט. צום ערשט, האָט קיסין געשפּילט אַ סאָנאַטע פֿון ערנעסט בלאָך, אַ שווײַצער ייִד, וועמענס קלאַסישע ווערק טראָגן אַ שטאַרקע השפּעה סײַ פֿון דער ייִדישער „אַהבֿה־רבה גאַמע‟ (אויף ענגליש Freygish Scale), סײַ פֿון די פּאָפּולערע דזשעז־ווערק פֿון דזשאָרדזש גערשווין. ס׳איז כּמעט איבעריק צו זאָגן, אַז קיסין האָט וווּנדערלעך געשפּילט. ער איז הײַנט איינער פֿון די בעסטע, אויב ניט דער סאַמע־בעסטער פּיאַניסט אויף דער וועלט, און ס׳איז געווען קלאָר בײַם הערן זײַן שפּילן, אַז עס האַנדלט זיך וועגן אַן אוניקאַלן מײַסטער בײַם סאַמע־שפּיץ פֿון זײַנע קינסטלערישע טאַלאַנטן. קיין מענטש אויף דער וועלט וואָלט ניט געקענט בעסער שפּילן די דאָזיקע סאָנאַטע, נאָר מיר האָט זיך געדוכט, אַז די קאָמפּאָזיציע איז פּשוט ניט געווען אַזוי שטאַרק, ניט געקוקט אויף די גאַנץ־אינטערעסאַנטע ייִדישע השפּעות.
מיר איז אַ סך מער געפֿעלן געוואָרן די צוויי שפּעטערע פּיעסעס פֿון אַלכּסנדר וועפּריק און אַלכּסנדר קריין. וועפּריק, אַ רוסיש־ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר, וואָס איז געווען אַ מיט־גרינדער פֿון דער „געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלק־מוזיק‟ אין פּעטערסבורג, האָט מיט זײַנע קאָלעגן געשאַפֿן אַ שיטה פֿון ייִדישער קלאַסישער מוזיק, וואָס איז געווען ענלעך צו די קלאַסישע מוזיק־טראַדיציעס פֿון אַנדערע פֿעלקער אין דער זעלביקער תּקופֿה. אין דער סאָנאַטע פֿון וועפּריק, וואָס קיסין האָט געשפּילט, הערט מען ווידערקלאַנגען פֿון אַ שיל. מיט זײַן רעכטער האַנט האָט דער פּיאַניסט געשפּילט דאָס פּרעציזע קול פֿון אַ בעל־תּפֿילה בײַם לייענען, און מיט זײַן לינקער האַנט האָט ער געמאַכט די אָפּרופֿן פֿון די דאַוונער, וואָס זענען געגאַנגען אַרויף און אַראָפּ אַזוי ווי אַ כוואַליע, וואָס גייט הין און צוריק אויפֿן ברעג־ים.
דאָס דריטע און סאַמע־שטאַרקסטע ווערק איז געווען פֿון אַלכּסנדר קריין. אַ רוסישער קאָמפּאָזיטאָר מיט טיפֿע וואָרצלען אין דער קלעזמער־מוזיק, איז קריין געווען אַן אַקטיווער אָנטייל־נעמער אין דער באַוועגונג צו שאַפֿן אַן אייגענעם ייִדישן קלאַנג אין דער קלאַסישער מוזיק. ער האָט אויך, דרך־אַגבֿ, געשאַפֿן מוזיק צו פּרצס לידער. זײַן קאָמפּאָזיציע, וואָס קיסין האָט פֿאָרגעשטעלט, אַ טאַנץ־סוויטע פֿון 1928, פֿלעכט צונויף די מוזיק פֿון דער באַראָק־תּקופֿה מיט דער ייִדישער פֿאָלקס־מוזיק. די דיסאָנאַנטישע חלקים פֿון דער פּיעסע האָבן מײַסטערהאַפֿטיק באַגלייט די טיילן, וואָס האָבן געהאַט קלאָרע פּאַראַלעלן אין דער ייִדישער פֿאָלקס־מוזיק. איין רעפֿרען האָט בפֿירוש געקלונגען ווי די מוזיק צו מרדכי געבירטיגס „יאַנקעלע‟. עס איז ניט געווען אין גאַנצן דער זעלביקער רעפֿרען, אָבער עס האָט אים שטאַרק דערמאָנט, באַנאַנד מיטן קלאַנג פֿון די ייִדישע וויגלידער בכלל.
ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די מוזיק האָט צוגעצויגן ס׳רובֿ מענטשן אין זאַל, איז מיר דווקא געווען מער אינטערעסאַנט דער וואָרט־קאָנצערט. קיסין האָט רעציטירט 14 לידער. אַזוי ווי מיט זײַן שפּילן מוזיק האָט דער בעל־זכּרון ניט אַרײַנגעקוקט אין אַ פּאַפּיר אָדער נאָטיצן, און זיי אַלע רעציטירט פֿון אויסנווייניק. פֿאַר אַזאַ ריזיקער בינע, אויף וועלכער עס שפּילן גאַנצע אָרקעסטערס, איז עס געווען אַן אומגעוויינטלעך בילד: איין מענטש, וואָס שטייט אַליין בײַם מיקראָפֿאָן, פּנים־אל־פּנים מיט אַ העכער 2,500־קעפּיקן פּובליקום.
בײַם רעציטירן האָט קיסין זיך צוגעשאָקלט אַ ביסל צום טאַקט פֿונעם ניגון, וואָס ער האָט אַרויסגעבראַכט הינטער די ווערטער פֿונעם ליד. אַפֿילו מיט די גאָר באַקאַנטע לידער אַזוי ווי „האָף און גלויב‟ און „מיין נישט (די וועלט איז אַ קרעטשמע)‟ האָט קיסין ניט רעציטירט לויט די מער באַקאַנטע אינטערפּרעטאַציעס פֿונעם ליד, נאָר לויט זײַן אייגענעם חוש פֿאַר ריטעם. זײַן קול איז געוואָרן אַן אינסטרומענט און עס האָט ניט געשאַפֿן קיין פֿאַלשע טענער. אַ טיפֿער באַסאָווער קול, האָט עס געברומט וועגן טויט און אומיושר און צערטלענדיק „אויסגעזונגען‟ וועגן ליבע און בלומען. אַזוי ווי זײַן שפּילן האָבן קיסינס רעציטאַציעס דערמאָנט אַ כוואַליע, אַ קלאַנג וואָס גייט הין און צוריק איבערן עולם און דורכן זאַל, אַרויפֿקלעטערנדיק ווײַט ביז די סאַמע הייכן פֿונעם ריזיקן זאַל.
הינטער קיסין איז געשטאַנען אַן עלעקטראָנישער שילד, אויף וועלכן מע האָט טראַנסמיטירט די ענגלישע איבערזעצונגען פֿונעם ליד (פֿון דזשיימס לאָופֿלער, שלום בערגער און חנה מייזער). כאָטש דער עולם האָט אַ מאָל געלאַכט און געזיפֿצט צוזאַמען מיט דער איבערזעצונג האָט עס מיר געדוכט, אַז די עמאָציעס אין קיסינס אינסטרומענטאַליש קול האָבן גענוג איבערגעגעבן, אַז דער עולם וואָלט געקענט ממש פֿילן דעם פּאַטאָס אין די ווערטער אָן צו פֿאַרשטיין זייער באַטײַט. אין געוויסע מאָמענטן, בפֿרט בעת דער פֿינפֿטער סטראָפֿע פֿונעם ליד „בענקשאַפֿט און טרויער‟ (מיט וואָס האָסט אויפֿגעפֿלאַמט/ צי מיט פֿליסיק גאָלדן־גליק/ צי מיט בלוט? און ווער איז דאָס ווײַסע געשטאַלט,/ וואָס שטראַלט אַקעגן מיר?/ האָפֿענונג אָדער טויט?/) — האָט זיך מיר געדוכט, אַז קיסין רעציטירט ניט פּשוט דאָס ליד, נאָר הייבט עס אָן צו פֿאַרקערפּערן. אַזעלכע געניטע קינסטלערישע רעציטאַציעס זענען הײַנט אַ זעלטנהייט בכלל און אויף ייִדיש אַ יקר־המציאות. אַפֿילו אַז מע פֿאַרשטייט קיין וואָרט ניט פֿון אַ רעציטאַציע פֿון אַזאַ הויכער מדרגה, קען מען גרינג דערקענען די קינסטלערישע עשירות פֿון דער פֿאָרשטעלונג.
דאָס איז, אַגבֿ, קיסינס הויפּט־בײַטראָג צו דער הײַנטיקער ייִדיש־וועלט. העכער 2,500 מענטשן, וואָס האָבן גאָרניט ניט געוווּסט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און האָבן, צום־מערסטנס, ניט געוווּסט דעם נאָמען פּרץ, האָבן געזען ווי איינער פֿון די בעסטע מוזיקער אויף דער וועלט גיט אָפּ אַ העלפֿט פֿון זײַן פּראָגראַם לכּבֿוד דעם ייִדישן קלאַסיקער. זעענדיק ווי אַן ערשט־ראַנגיקער קינסטלער נעמט אַזוי ערנסט אויף דאָס רעציטירן ייִדישע לידער, שאַפֿט זיך בײַ מענטשן זייער אַ ריזיקער אײַנדרוק, וואָס שײך דער וויכטיקייט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. פֿאַר מענטשן, וואָס וואָלטן אַנדערש ניט געהאַט קיין צוטריט צו די אוצרות פֿונעם ייִדישן וואָרט, דינט קיסין ווי אַן אוניקאַלער אַמבאַסאַדאָר פֿון ייִדיש, אפֿשר דער סאַמע־וויכטיקסטער פֿון אונדזער צײַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.