ייִדיש־קלאַסן בײַם לאָנדאָנער „ספּיראָ־אַרק‟

Yiddish at London Spiro Ark

חיהקע־ברוריה וויגאַנד (לינקס) דערציילט וועגן אירע ייִדיש־לעקציעס
Youtube
חיהקע־ברוריה וויגאַנד (לינקס) דערציילט וועגן אירע ייִדיש־לעקציעס

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 22, 2015, issue of January 08, 2016.

אָנהייבנדיק פֿונעם 13טן יאַנואַר, וועט די לאָנדאָנער ייִדישע בילדונג־אָרגאַניזאַציע „ספּיראָ־אַרק‟ (Spiro Ark) אָנהייבן אַ נײַע סעריע קורסן פֿון ייִדיש פֿאַר תּלמידים פֿונעם מיטעלן און העכערן ניוואָ. די קלאַסן וועלן פֿאָרקומען יעדן מיטוואָך און ביזן 16טן מאַרץ. די לערערין, ד״ר חיהקע־ברוריה וויגאַנד, פֿירט ייִדיש־לימודים בײַם צענטער פֿון ייִדישע און העברעיִשע שטודיעס אינעם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט. די פּראָגראַם איז אָפֿן פֿאַר אַלעמען, ייִדן און נישט ייִדן, און קאָן אויך קומען צו נוץ די אָנהייבער, הגם דער עיקר זענען יענע, וואָס פֿאַרשטייען שוין אַ ביסל ייִדיש.

די נישט־קאָמערציעלע אָרגאַניזאַציע Spiro Ark איז געגרינדעט געוואָרן דורך ניצה און ראָבין ספּיראָ. במשך פֿון 40 יאָר, פֿאַרנעמט זיך דאָס דאָזיקע לעגענדאַרע פּאָרפֿאָלק מיטן אַנטוויקלען פֿאַרשיידענע בילדונג־פּראָגראַמען אין אַזעלכע געביטן, ווי די ייִדישע געשיכטע, שפּראַך, ליטעאַרטור, טעאַטער און קינעמאַטאָגראַף. אַ טייל לימודים ווערן דורכגעפֿירט אין דער צענטראַלער לאָנדאָנער שיל אויף האָלאָם־סטריט. דער אָריגינעלער היסטאָרישער שיל־בנין, געעפֿנט אינעם יאָר 1855, איז צעשטערט געוואָרן אינעם יאָר 1941 בעת אַ דײַטשישער לופֿט־באָמבאַרדירונג. הײַיאָר האָט מען אינעם איצטיקן בנין, וואָס מע האָט אויפֿגעשטעלט און געעפֿנט אין 1958, געפּראַוועט דעם 110־יאָריקן יוביליי פֿון דער היסטאָרישער קהילה. די ייִדיש־קלאַסן וועלן אָבער דורכגעפֿירט ווערן אין אַן אַנדער אָרט — די ליבעראַלע שיל אויף דער גאַס סענט דזשאָנס וווּד ראָאַד.

אַחוץ פֿאַרשיידענע לעקציעס, פֿירט Spiro Ark כּסדר דורך מוזיק־קאָנצערטן, קונסט־אויסשטעלונגען, טאַנץ־קלאַסן און אַנדערע קולטורעלע און בילדונג־אונטערנעמונגען. די אָרגאַניזאַציע שטאָלצירט מיט איר אַנטוויקלטער און צעצווײַגטער סיסטעם פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע העברעיִש־לימודים. לויט איר וועבזײַט, זענען זיי די בעסטע אין אייראָפּע. מיט עטלעכע יאָר פֿריִער, האָט די אָרגאַניזאַציע געעפֿנט אַ ייִדיש־קלאַס פֿאַר אָנהייבער. הײַנט האָט די פּראָגראַם זיך אַנטוויקלט און לייגט אויך פֿאָר פּראָפֿעסיאָנעלע לימודים פֿאַר פֿליסיקע ייִדיש־רעדער.

אַחוץ איר קאַריערע פֿון ייִדיש־לימודים און אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען, מיטן פֿאָקוס אויף די מיסטישע קבלה־מאָטיוון אין יצחק באַשעוויסעס, אַהרן צייטלינס און אַבֿרהם־נחום שטענצלס ווערק, איז חיהקע־ברוריה וויגאַנד אַליין אַ באַגאַבטע ייִדישע פּאָעטעסע. אינעם יאָר 2014 האָט דער ישׂראלדיקער „לייוויק־פֿאַרלאַג‟ אַרויסגעגעבן איר לידער־בוך „צי האָט איר געזען מײַן ציגעלע‟.