דער נײַער דאָקומענט וועגן דעם שמד פֿון ייִדן, וואָס דער וואַטיקאַן האָט אַרויסגעלאָזט דעם 10טן דעצעמבער, איז אַ גאָר וויכטיקער. צום באַדויערן, זענען די ידיעות וועגן דעם אין דער מעדיאַ זייער אומפּינקטלעך.
לויט ס׳רובֿ קעפּלעך אין די צײַטונגען, האָט דער וואַטיקאַן געמאָלדן, אַז „די קאַטאָליקן זאָלן נישט פּרוּוון צו שמדן די ייִדן‟. אָבער אינעם דאָקומענט שטייט בלויז, אַז די קאַטוילישע קירך וואַרפֿט אָפּ „אינסטיטוציאָנעלע מיסיאָנערישע אַרבעט‟ געצילט אויף די ייִדן. באַזונדערע יחידים אָבער ווערן ווײַטער געמוטיקט צו פּריידיקן די קאַטוילישע לערע, און „צו דערקלערן וועגן זייער גלויבן אין יעזוס קריסטוס אויך צו די ייִדן‟.
פֿון דעסטוועגן, קען מען פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס די קעפּלעך וועגן „נישט שמדן די ייִדן‟ האָבן אַרויסגערופֿן אַ באַגײַסטערונג. בײַ די ייִדן הייסט עס, אַז די רדיפֿות און געצוווּנגענע שמדן פֿון דער אָפֿיציעלער קירך במשך פֿון די לעצטע 2,000 יאָר האָבן זיך, סוף־כּל־סוף, געענדיקט.
בײַ דער גרופּע Jews for Jesus (ייִדן פֿאַר יעזוס), איז אַזאַ שריט, אַוודאי, אַ גרויסער קלאַפּ. שמדן ייִדן איז דאָך זייער הויפּט־שליחות. אַזאַ פֿאַרווער קען זיי נאָך באַנקראָטירן. דערפֿאַר איז דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון Jews for Jesus, דייוויד בריקנער, טאַקע אין כּעס געוואָרן איבער דעם דאָקומענט. אין אַן עפֿנטלעכער דערקלערונג, האָט ער געשריבן, אַז דער וואַטיקאַן „וויל בלויז נאָכגעבן געוויסע פֿירער אין דער ייִדישער קהילה‟.
אַ צווייטער ייִדיש־געבוירענער מיסיאָנער, סיד ראָט, וועלכער פֿירט אָן מיט אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם פֿאַר „ייִדן פֿאַר יעזוס‟, האָט געזאָגט, אַז דער נײַער וואַטיקאַן־דאָקומענט „האָט צוגעשפּילט דעם טײַוול‟, ווײַל, לויט ראָט, איז דאָס אָפּשמדן ייִדן דאָך דער איינציקער מיטל ווי אַזוי „יעזוס וועט זיך אומקערן‟ און „די וועלט וועט ווידער אויפֿגעריכט ווערן‟.
אין דער אמתן איז דאָס פֿאַרווערן „אינסטיטוציאָנעלע מיסיאָנערישע אַרבעט‟ גאָר נישט קיין נײַעס. שוין אַ האַלבן יאָרהונדערט, וואָס די קאַטוילישע קירך רוקט זיך אין אַזאַ ריכטונג. שוין אין 1980 האָט דער פּויפּסט יאַנוס פּאָל דער צווייטער געזאָגט פֿאַר אַ ייִדישן עולם אין מײַנץ, דײַטשלאַנד, אַז גאָטס בונד מיט די ייִדן „האָט גאָט קיין מאָל נישט אָפּגעוואָרפֿן‟. די דערקלערונג געפֿינט זיך אַפֿילו אין דער „נאָסטראַ אייטאַטע‟, דער וואַטיקאַן־דאָקומענט וועגן באַציִונגען צווישן קריסטן און ייִדן, וואָס איז אַרויס אין 1965. זינט דעמאָלט האָבן נישט בלויז די קאַטאָליקן, נאָר אַפֿילו געוויסע פּראָטעסטאַנטישע גרופּעס ווי די פּרעסביטעריער און פֿאַראייניקטע מעטאָדיסטישע קירכעס פֿאָרמעל אָפּגעוואָרפֿן דאָס מוטיקן די ייִדן זיך צו שמדן.
אָבער די פֿונדאַמענטאַליסטישע פּראָטעסטאַנטן, אַרײַנגערעכנט ס׳רובֿ עוואַנגעליקער, האַלטן ווײַטער פֿון איבערצײַגן די ייִדן צו גלייבן אין יעזוס. דזשאָן הייגי, דער פּאַסטאָר אין טעקסאַס, וואָס פֿירט אָן מיט דער אָרגאַניזאַציע „קריסטן פֿאַראייניקט פֿאַר ישׂראל‟, האָט געלייקנט אין 2006, אַז ער האָט אָנגענומען דעם נײַעם צוגאַנג פֿון דער קירך. ער האָט אָבער צוגעגעבן, אַז ווען ער גייט אויף אַ פּראָ־ישׂראלדיקער אונטערנעמונג, פּרוּווט ער נישט איבערצוצײַגן קיין ייִדן צו גלייבן אין יעזוס.
נעמענדיק אין באַטראַכט די דאָזיקע חילוקי־דעות, האָט דער נײַער דאָקומענט בכלל אַ באַטײַט פֿאַר ייִדן? יאָ — צוליב צוויי סיבות. ערשטנס, וועט די טאָלעראַנץ צו ייִדן זיכער באַווירקן אַנדערע קריסטלעכע עדות, און דעריבער וועט דאָס לעבן פֿאַר ייִדן ווערן גרינגער אין אַ סך ערטער פֿון דער וועלט.
צווייטנס, איז אויך וויכטיק, אַז די ייִדן זאָלן הערן וועגן דעם. זינט 1965 האָט די קאַטוילישע לערע דורכגעמאַכט אַ צאָל וויכטיקע ענדערונגען אין שײַכות מיט איר צוגאַנג צו די ייִדן, און דאָך האָבן זייער ווייניק ייִדישע פֿירער און אינסטיטוציעס דערציילט וועגן דעם ייִדישן עולם. נישט קיין חידוש, וואָס די קירך־באַאַמטע באַקלאָגן זיך פֿון צײַט צו צײַט, אַז די איינציקע זאַך, וואָס מע לערנט ייִדישע קינדער וועגן קאַטאָליציזם איז די שפּאַנישע אינקוויזיציע.
אַז עס קומען שוין יאָ אַרויס גוטע ידיעות פֿון דער קאַטוילישער אָדער פּראָטעסטאַנטישער קירך, וואָלטן מיר, ייִדן, געמעגט דאָס טאַקע באַשטעטיקן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.