אויסצוג פֿון נײַער פּיעסע „אַ ברכה‟ וועט אויפֿגעפֿירט ווערן

Excerpt of New Play, "A Brokhe", To Be Presented

רחל קפֿריסין, די מחברטע פֿון „אַ ברכה‟
רחל קפֿריסין, די מחברטע פֿון „אַ ברכה‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 23, 2015, issue of January 08, 2016.

אויפֿן ייִדישן קולטור־פֿעסטיוואַל, „ייִדיש ניו־יאָרק‟, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 24סטן ביזן 29סטן דעצעמבער, וועט דער ברייטער עולם קענען גיין אויף פֿאַרשידענע קאָנצערטן, קלאַסן, לעקציעס און אויסשטעלונגען.

צווישן די אונטערנעמונגען וועט מען אויך אויפֿפֿירן אַן אויסצוג פֿון אַ נײַער ייִדיש־ענגלישער דראַמע־קאָמעדיע, „אַ ברכה‟, אָנגעשריבן פֿון רחל קפֿריסין. נאָך דער אויפֿפֿירונג וועט מען אָפּהאַלטן אַ ספּעציעלן פּאַנעל, בײַ וועלכן מע וועט די פּיעסע אַרומרעדן.

אַ רעקלאַמע פֿון דער פּיעסע
אַ רעקלאַמע פֿון דער פּיעסע

„אַ ברכה‟, וואָס קומט פֿאָר אין די 1950ער יאָרן, שילדערט די איבערלעבונגען פֿון דער משפּחה ברײַנדלס, וועלכע האָט איבערגעלעבט דעם חורבן, און נאָכן וווינען אַ שטיקל צײַט אין אַ „די־פּי‟־לאַגער, זיך באַזעצט אין דער ברוקלינער געגנט בראָנזוויל.

דרײַ מיטגלידער פֿון דער משפּחה — פּרץ, דזשעני און דאָראַ — לעבן ווײַטער איבער די שרעקלעכע זכרונות פֿונעם חורבן, אָבער גלײַכצײַטיק אַנטדעקן זיי, אַז אַמעריקע איז אויך נישט קיין גן־עדן. קתריאל בוכבינדער, אַ שיינער יונגער „גענגסטער‟, האַלט זײַן אויג אויף דער ייִנגסטער טאָכטער, דאָראַ. לייבעלע שפּרעכער, אַ ייִדיש־רעדנדיקער „בוקי‟ (דער וואָס זאַמלט די געלט־אָנבאָטן אויף אַ פֿערד־געיעג), פֿאַרדינט אויך אַ ביסל פֿון אויסטײַטשן חלומות, און פֿאַרברענגט צײַט מיט קרימינעלע עלעמענטן אין דער געגנט.

דורך אַ פּאָפּורי פֿון פּיסטוילן, קושמאַרן און פֿאַרברעכער, באַטאָנט די פּיעסע די ראָלע פֿון בלוט־פֿאַרגיסונג אין דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע בכלל, און די ייִדישע רעאַקציע אויף טראַוומע בפֿרט.

נאָך מער אינפֿאָרמאַציע וועגן דער אויפֿפֿירונג, און אַנדערע אונטערנעמונגען בײַ „ייִדיש ניו־יאָרק‟, גייט צו: www.yiddishnewyork.com