אַ נײַע אַנקעטע האָט לעצטנס געוויזן די הויפּט־סיבה, פֿאַר וואָס די רעפּובליקאַנער פּאַרטיי איז אַזוי געטרײַ ישׂראל: די עוואַנגעלישע קריסטן.
„אַ גרויסע מאַיאָריטעט פֿון די עוואַנגעלישע רעפּובליקאַנער ווילן, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן זאָל שטיצן ישׂראל,‟ האָט דערקלערט שיבלי טעלהאַמי, אַ גאַסט־לעקטאָר בײַם „צענטער פֿון דער מיטל־מיזרחדיקער פּאָליטיק‟ בײַם „ברוקינגס־אינסטיטוט‟. „אָבער ווען מע שליסט אויס די מיינונגען פֿון די עוואַנגעליקער אין דער פּאַרטיי, איז די שטעלונג פֿון די אַנדערע רעפּובליקאַנער זייער ענלעך צו די וויילער איבערן לאַנד.‟
אין אַן אַרטיקל אין דער „וואַשינגטאָן פּאָסט‟, האָט טעלהאַמי דערקלערט, אַז ווען מע פֿרעגט די רעפּובליקאַנער, ווי וויכטיק איז דעם קאַנדידאַטס פּאָזיציע צו ישׂראל, ענטפֿערן 64% עוואַנגעלישע רעפּובליקאַנער, אַז עס איז זיי „זייער וויכטיק‟. ווען מע פֿרעגט די נישט־עוואַנגעלישע רעפּובליקאַנער, איז עס בלויז 33%, און בײַ אַמעריקאַנער אין אַלגעמיין — 26%.
60% פֿון די עוואַנגעלישע רעפּובליקאַנער האַלטן, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן זאָל שטימען קעגן אַ מעגלעכער „יו־ען‟־רעזאָלוציע לטובֿת אַ פּאַלעסטינער מדינה. בלויז 38% פֿון די נישט־עוואַנגעלישע רעפּובליקאַנער, און 26% פֿון אַלע באַטייליקטע אין דער שטודיע שטיצן אַזאַ שריט.
„די עוואַנגעליקער זענען טעאָלאָגיש גענייגט צו שטיצן ישׂראל, ווײַל זיי האַלטן, אַז דער ביבל איז גאָטס וואָרט,‟ האָט דערקלערט אַרי מאָרגענשטערן, אַ וואָרטזאָגער פֿאַר די „קריסטן פֿאַראייניקט פֿאַר ישׂראל‟. „אַחוץ דעם, האַלטן די עוואַנגעליקער זייער שטאַרק פֿון די דעמאָקראַטישע ווערטן, וואָס די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל האָבן בשותּפֿות. די־אָ קאָמבינאַציע איז גורם אַ געטרײַע שטיצע פֿאַר ישׂראל.‟
ווען מע פֿרעגט די רעפּובליקאַנער בכלל, פֿאַר וועלכער נאַציאָנאַלער אָדער אינטערנאַציאָנאַלער פֿיגור האָבן זיי דעם גרעסטן דרך־ארץ, וועלן בערך 12% ענטפֿערן: ביבי נתניהו. אָבער ווען מע פֿרעגט עס די עוואַנגעליקער, גיבן 22% פֿון זיי אָן דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער, האָט טעלהאַמי געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.