די פֿראַנצויזישע ייִדישע דאַך־אָרגאַניזאַציע „קריף‟ (CRIF) האָט גערופֿן די פֿראַנצויזן זיך צו באַטייליקן אין אַ הזכּרה־אונטערנעמונג אין שײַכות מיטן ערשטן יאָרטאָג נאָכן טעראָריסטישן אַטאַק אין דער פּאַריזער כּשרער קראָם, בעת וועלכער עס זענען אומגעקומען פֿיר ייִדן.
מאָנטיק, דעם 21סטן דעצעמבער, האָט די אָרגאַניזאַציע איבערגעגעבן אויף איר וועבזײַט, אַז די הזכּרה־צערעמאָניע פּלאַנירט מען דורכצופֿירן דעם 9טן יאַנואַר, אינעם בנין פֿון דער געליטענער קראָם „היפּער־כּשר‟. בעת דער אונטערנעמונג וועט מען אויך מזכּיר זײַן די 13 קרבנות פֿון אַנדערע טעראָר־אַקטן, וואָס זענען אויסגעבראָכן אין פּאַריז דעם 7טן און 8טן יאַנואַר. 12 מענטשן זענען אומגעקומען אין דער רעדאַקציע פֿונעם סאַטירישן זשורנאַל „שאַרלי עבדאָ‟; פֿאַרן אָנפֿאַל אויף דער ייִדישער קראָם, האָט דער זעלבער טעראָריסט דערשאָסן אַ פּאָליציאַנט.
דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש, איז דער פֿראַנצויזיש־ייִדישער פֿילאָסאָף בערנאַר־אַנרי לוי אויפֿגעטראָטן אויף דער נאַציאָנאַלער קאָנווענץ פֿון „קריף‟ און באַטאָנט, אַז ס׳איז אַ „פּרוּוו‟ פֿאַר די פֿראַנצויזן צו באַטייליקן זיך אין אַזאַ הזכּרה־אונטערנעמונג. דעם 11טן יאַנואַר האָבן הונדערטער טויזנט בירגער פֿונעם לאַנד זיך באַטייליקט אינעם מאַסן־מאַרש, אין אָנדענק פֿון אַלע אומגעקומענע קרבנות פֿון טעראָריזם. אַ טייל קריטיקער האָבן דעמאָלט באַמערקט, אַז די פֿראַנצויזן האָבן אויסגעדריקט זייער מיטלייד דער רעדאַקציע פֿון „שאַרלי עבדאָ‟, אָבער נישט די דערמאָרדעטע ייִדן אין „היפּער־כּשר‟. איצט, האָט דערקלערט לוי, וועלן מיר זען, וויפֿל מענטשן וועלן זיך באַווײַזן אויף דער הזכּרה־אונטערנעמונג אין שײַכות מיטן אָנפֿאַל אויף דער ייִדישער קראָם.
אין איר רוף, האָט די דאַך־אָרגאַניזאַציע צוגעגעבן, אַז דאָס אַוועקגייענדיקע יאָר 2015 איז געווען אַ שווערע צײַט פֿאַר פֿראַנקרײַך און פֿאַר די, וואָס האָבן געליטן פֿונעם טעראָריסטישן פֿאַנאַטיזם. דעם פֿאַרגאַנגענעם יאַנואַר, איז דאָס גאַנצע לאַנד געווען פֿאַראָבֿלט. בשותּפֿות מיט דער פֿראַנצויזישער רעגירונג, קלײַבט זיך „קריף‟ דורכצופֿירן אַ הזכּרה־פֿאַרזאַמלונג, וואָס וועט באַהויפּטן „סאָלידאַריטעט און רעפּובליקאַנער ווערטן‟, מיינענדיק די טראַדיציאָנעלע אידעאַלן פֿון דער פֿראַנצויזישער רעפּובליק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.