ייִדישע שטודיעס אין פּערזענלעכע געשיכטעס

Jewish Studies in Personal Stories

גילה זעלענינאַ און איר נײַ בוך „יודאַיִסטיק צװײ: רענעסאַנס אין פּנימער‟
גילה זעלענינאַ און איר נײַ בוך „יודאַיִסטיק צװײ: רענעסאַנס אין פּנימער‟

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published December 27, 2015, issue of January 22, 2016.

דער אױפֿקום פֿון ייִדישע שטודיעס אין רוסלאַנד נאָכן צעפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד זעט אױס װי אַ מין יש–מאַין, אַן אַנטװיקלונג פֿון אַ שפּאָגל־נײַעם אַקאַדעמישן פֿעלד אָן שום װאָרצלען אין דער סאָװעטישער תּקופֿה. אין דער אמתן האָט מען זיך גענומען פֿאַר פּריװאַטע פֿאָרשונגען אין דער ייִדישער געשיכטע, אַנטראָפּאָלאָגיע, פֿילאָלאָגיע און רעליגיע אַ סך פֿריִער. די מאַרקסיסטישע שיטה פֿון ייִדישע שטודיעס, װאָס האָט געבליט אין די 1920ער יאָרן, איז אונטערגעגאַנגען נאָכן חורבן און בעת סטאַלינס רדיפֿות אין די סוף־1940ער יאָרן. אָבער אין אַ יאָר דרײַסיק אַרום, מיטן אױפֿלעבן פֿון ייִדישער אידענטיטעט, האָבן אײנצלנע יחידים אין מאָסקװע און לענינגראַד זיך בהדרגה גענומען צום שטודירן די ייִדישע שפּראַכן, זוכן אַקאַדעמישע ליטעראַטור, און דורכפֿירן אײגענע פֿעלד־פֿאָרשונגען.

די געשיכטע פֿון די ייִדישע שטודיעס אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד װאַרט נאָך אױף אַן אָביעקטיװער פֿאָרשונג. בעת־מעשׂה דערצײלט דאָס נײַע בוך פֿון גילה זעלענינאַ די דאָזיקע מעשׂה דורך פּערזענלעכע שטימען. דאָס בוך „יודאַיִסטיק צװײ: רענעסאַנס אין פּנימער‟, איז כּולל זעכצן שמועסן מיט פֿאַרשידענע אַקטיװיסטן, װאָס זײַנען געװען טעטיק אינעם אױפֿלעבן די ייִדישע לימודים אין די צװײ רוסישע הױפּטשטעט, מאָסקװע און לענינגראַד. יעדער אײנער דערצײלט װעגן זײַן װעג, און שאַצט אָפּ דעם הײַנטיקן מצבֿ פֿונעם פֿעלד, מיט מעלות און חסרונות, פֿון זײַן פּערזענלעכן שטאַנדפּונקט.

דאָס בוך באַשטײט פֿון פֿינף אָפּטײלן. יעדער אײנער האָט אַן אײגענע טעמע. װאָס זײַנען געװען די מאָטיװן, װעלכע האָבן געטריבן יונגע רוסישע אינטעליגענטן פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, לרובֿ אָן שום השׂגות װעגן ייִדישקײט, צו ערנסטע אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען פֿון ייִדישן עבֿר און הװה? אײניקע פֿון זיי שילדערן דאָס װי אַ קאַמף פֿאַר זײער נאַציאָנאַלער װירדע; די אַנדערע — ווי אַ טײל פֿון זײער גײַסטיקע זוכענישן, די דריטע האָבן געהאַט אַ חשק צו ראַטעװען די לעצטע רעשטלעך פֿון דער ייִדישער קולטור, און די פֿערטע האָבן דאָס געטאָן סתּם אױף צולהכעיס דער מלוכה, װאָס האָט עס פֿאַרװערט.

קוקנדיק פֿון דרױסן, האָט מען כּסדר געזען צװײ קעגנזײַטיקע כּוחות אין דער סאָװעטישער געזעלשאַפֿט: די שטאַרקע און ברוטאַלע קאָמוניסטישע מאַכט און אַ קלײנע כאָפּטע דרײסטע קעמפֿער, דיסידענטן און ייִדישע אַקטיװיסטן, װאָס האָבן זיך געראַנגלט פֿאַר די ברײטערע מענטשלעכע רעכט, אַרײַננעמענדיק דאָס רעכט צו עמיגרירן פֿונעם לאַנד. אָבער די הײַנטיקע היסטאָריקער אויף בײדע צדדים פֿונעם אַמאָליקן „אײַזערנעם פֿאָרהאַנג‟ באַװײַזן, אַז עס איז געװען נאָך אַ „דריטער כּוח‟, יחידים און קלײנע גרופּקעלעך מיט אײגענע אינטערעסן אין יענע צװײַגן פֿון ליטעראַטור, קולטור און װיסנשאַפֿט, װאָס האָבן זיך ניט צוגעפּאַסט צו דער אָפֿיציעלער סאָװעטישער אידעאָלאָגיע.

על־פּי געזעץ איז די ייִדישע געשיכטע, פֿילאָסאָפֿיע, העברעיִש און אַפֿילו רעליגיע ניט געװען פֿאַרװערט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. װי עס דערמאָנען זיך די העלדן פֿון זעלענינאַס בוך, האָט מען יאָ געמעגט לײענען אַזאַ מין ביכער אין די גרױסע עפֿנטלעכע ביבליאָטעקן אין מאָסקװע און לענינגראַד, און צומאָל אַפֿילו קױפֿן זײ אין די ביכער־קראָמען פֿון אַנטיקװאַריאַט. אָבער מען האָט כּמעט ניט געהאַט קײן צוטריט צו נײַע פּובליקאַציעס פֿון אױסלאַנד און קײן קאָנטאַקט מיט אױסלענדישע קאָלעגעס. סוף 1970ער יאָרן האָט מען שױן אַנטװיקלט אַ נעץ; פֿון אונטערערדישע העברעיִשע „שיעורים‟, װוּ די קומעדיקע עולים האָבן געקענט אױסלערנען אַ ביסל עבֿרית פֿאַר זײער עליה קײן ישׂראל.

די ענטוזיאַסטן פֿון ייִדישע לימודים האָבן געלעבט צװישן צװײ װעלטן. זײ האָבן געהאַט באַקאַנטע און קרובֿים אי אױף דער „סאָװעטישער‟, אי אױף דער „אנטי־סאָװעטישער‟ זײַט. אָבער פֿאַר בײדע זײַטן האָט זײער אינטערעס אױסגעזען מאָדנע. די ציוניסטן האָבן געהאַלטן, אַז קײן צוקונפֿט פֿאַר ייִדן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד איז ניטאָ, און מען דאַרף אַװעקפֿאָרן װאָס גיכער. און די, װאָס האָבן ניט געהאַט בדעה צו עמיגרירן, האָבן ניט געקענט באַגרײַפֿן, װאָס קאָן אַזוינס זײַן אינטערעסאַנט אין די אַלטע ייִדישע שמות. דערצו נאָך האָט די סאָװעטישע מאַכט באַטראַכט די דאָזיקע טעטיקײט מיט אַ חשד, הגם פֿאָרמעל איז דאָס קײן פֿאַרברעכן ניט געװען.

גילה זעלענינאַ פֿאַרמאָגט אַ טאַלאַנט צו לאָזן מענטשן רעדן. זי שטעלט אירע פֿראַגעס, כּדי צוצוגעבן דעם שמועס אַ געװיסע ריכטונג, אָבער דערנאָך מעקט זי איר אײגענע שטים אויס פֿונעם ענדגילטיקן געדרוקטן נוסח. אַזױ אַרום באַקומט זיך אַ מאָנאָלאָג, װאָס שאַפֿט אַן אײַנדרוק פֿון אַ פֿרײַװיליקן ווידוי. דאָס רובֿ געשיכטעס זײַנען גאַנץ דראַמאַטיש. דער באַרימטער ביבליאָגראַף פֿון אַלטע לשון־קודשדיקע ספֿרים שמעון יאַקערסאָן דערצײלט װעגן זײַן שװערן װעג צו זײַן איצטיקער אַקאַדעמישער אַרבעט. ניט אַלע סאָװעטישע אַקאַדעמישע ביוראָקראַטן זײַנען געװען אַנטיסעמיטן, אָבער אַלע האָבן מורא געהאַט פֿאַר דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ און „קאַ־גע־בע‟. אײניקע ציוניסטישע אַקטיװיסטן האָבן געקוקט מיט אַ חשד אױף אַ יונגן ייִד, װאָס האָט גערעדט פֿרײַ העברעיִש, אָבער ניט געהאַט קײן חשק צו עמיגרירן.

די „העלדן‟ פֿון זעלענינאַס זאַמלבוך געהערן צום ברײטן שיכט פֿון רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ. אײניקע האָבן באַקומען אַ העכערע בילדונג אין טעכנאָלאָגישע אָדער נאַטור־װיסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוטן, אַנדערע זײַנען געװען פּראָפֿעסיאָנעלע היסטאָריקער, אַנטראָפּאָלאָגן און פֿילאָלאָגן. קײן מעגלעכקײט פֿאַר אַ פּראָפֿעסיאָנעלער טעטיקײט אױפֿן ייִדישן געביט האָבן זײ אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד ניט געהאַט. ערשט צום סוף 1980ער יאָרן האָט מען געקאָנט אַרױסקומען פֿון דער אונטערערד צו דער ברײטערער עפֿטנלעכקײט. אַ שטאַרקע שטיצע האָט מען דעמאָלט באַקומען פֿון אױסלאַנד, קודם־כּל, פֿון אַמעריקע און ישׂראל.

די צוקונפֿט פֿון ייִדישע שטודיעס אין רוסלאַנד איז אַ האַרבע קשיא. אַ צאָל מענטשן האָבן ספֿיקות מכּוח די אױסזיכטן, װײַל קײן שטאַרקן אינטערעס צו דער ייִדישער געשיכטע, פֿילאָלאָגיע, פֿילאָסאָפֿיע ווײַזט מען אין רוסלאַנד הײַנט־צו־טאָג ניט אַרויס. װי עס האַלט שמעון פּאַריזשסקי, דער אָנפֿירער פֿונעם אױפֿקלערערישן אַקאַדעמישן פּראָיעקט „אשכּלות‟, האָט דאָס רוסישע ייִדנטום נאָך ניט געשאַפֿן קײן אײגנאַרטיקן קולטורעלן „פּראָדוקט‟, װאָס זאָל אָפּשפּיגלען זײַן קולטורעל און גײַסטלעכ מהות. ער מעג זײַן גערעכט, אָבער גילה זעלענינאַס בוך איז, אַװדאי, אַ װיכטיקער בײַטראָג אינעם שאַפֿן דעם דאָזיקן „פּראָדוקט‟.