דעם 25סטן פֿעברואַר 2016 וועלן אַלע טראַמווײַען אין אַמסטערדאַם אָפּמערקן אַ מאָמענט פֿון שטילשווײַגן, לזכּרון דעם שטרײַק מיט 75 יאָר צוריק, ווי אַן אויסדרוק פֿון פּראָטעסט קעגן דער דעפּאָרטאַציע פֿון 427 ייִדישע מאַנסבילן, האָט די טאָגצײַטונג „העטפּאַרול‟ מאָנטיק איבערגעגעבן.
די טראַמווײַ־סיסטעם איז דער הויפּט־מיטל פֿון עפֿנטלעכן טראַנספּאָרט אין דער האָלענדישער קרוינשטאָט.
דער שטרײַק אין 1941 — אַ זעלטענע מאַניפֿעסטאַציע פֿון עפֿנטלעכן ווידערשטאַנד אין שײַכות מיטן גורל פֿון די ייִדן אין דער נאַצי־אָקופּירטער אייראָפּע — האָט זיך אָנגעהויבן פֿון די טראַמווײַ־שאָפֿערן, אָבער אין גיכן האָבן זיך צו אים אויך אָנגעשלאָסן די אַנדערע אָפּטיילן פֿון דער מוניציפּאַליטעט, די לאָקאַלן פֿון שיף־בויערײַ, די מאַנופֿאַקטור „האָלאַנדיאַ־קאַטענבורג‟ און די געוועלב־קייט „דע ביִענקאָרף‟. במשך פֿונעם 5־טאָגיקן שטרײַק זענען אויך צוגעקומען פֿינף שכנותדיקע מוניציפּאַליטעטן.
אַחוץ דעם, וואָס אַמסטערדאַם וועט אויף אַ רגע אָפּשטעלן אַלע טראַמווײַען, וועט מען אויך עפֿענען אַ פֿאָטאָגראַפֿישע אויסשטעלונג וועגן דעם לעבן פֿון די דעפּאָרטירטע ייִדן. די אויסשטעלונג וועט פֿאָרקומען אויפֿן פּלאַץ, וווּ מע מערקט יעדעס יאָר אָפּ די אַזוי־גערופֿענע „שטרײַקן פֿון פֿעברואַר‟.
מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט די דרומדיקע שטאָט ווליסינגען געמאָלדן, אַז זי וועט אויפֿשטעלן אַ מאָנומענט פֿון 8.5 פֿוס די הייך, לזכּרון די 40 ייִדן, וואָס מע האָט פֿון דאָרטן דעפּאָרטירט און אומגעבראַכט אין 1941.
די העכסטע צאָל חסידי־אומות־העולם אין מערבֿ־אייראָפּע זענען טאַקע געווען די האָלענדער. 5,413 האָלענדישע נישט־ייִדן האָבן ריזיקירט מיטן לעבן, כּדי צו ראַטעווען די ייִדן בעת דעם חורבן. דאָס איינציקע לאַנד, וואָס האָט געהאַט אַ גרעסערע צאָל חסידי־אומות־העולם, איז פּוילן; דאָרט האָבן 6,532 מענטשן געראַטעוועט ייִדן.
פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט האָלאַנד אויך געהאַט די העכסטע צאָל אומגעקומענע ייִדן אין דער אָקופּירטער מערבֿ־אייראָפּע — צום טייל, צוליב דער פֿאַרשפּרייטער קאָלאַבאָראַציע פֿון די האָלענדער מיט די נאַציס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.