איך האָב שוין אַ פּאָר מאָל געשריבן וועגן באָגדאַן כמעלניצקי, בפֿרט וועגן דעם, אַז ער איז פֿאַרשוווּנדן פֿון דעם ייִדישן היסטאָרישן זכּרון. אַזוי זעט עס אויס, לכל־הפּחות, אין אַמעריקע, באַזונדערס, צווישן דעם ייִנגערן דור. און ווען די רייד גייט וועגן אַזעלכע „העלדן‟ ווי איוואַן גאָנטאַ (צי האָנטאַ), אָדער מאַקסים זשעלעזניאַק (זאַליזניאַק), גלייב איך, אַז נאָר געציילטע אַמעריקאַנער ייִדן האָבן די דאָזיקע נעמען געהערט. מיר שײַנט, אַז דאָס זעלבע קען מען זאָגן כּמעט וועגן אַלע ייִדן, אַ חוץ די וואָס זײַנען אויסגעוואַקסן אין דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און נאָך בעסער אין אוקראַיִנע — זיי ווייסן, בדרך־כּלל, אַז אי כמעלניצקי, אי גאָנטאַ, אי זשעלעזניאַק זײַנען אַרײַן אין דער געשיכטע ווי מערדער פֿון טויזנטער ייִדן. אפֿשר האָבן אָט די דרײַ פֿירער אַליין דווקא קיינעם ניט געשאָכטן (היטלער האָט אַליין אויך קיינעם ניט געהרגעט), אָבער זייערע אוקראַיִנישע חיילות האָבן עס בלי־ספֿק געטאָן.
אין דער ייִדישער געשיכטע איז דאָ אַזאַ טראַגיש זײַטל: די אומאַנער שחיטה. געשען איז זי אין יאָר 1768, בעת אַן אויפֿשטאַנד, וואָס האָט אַרומגעכאַפּט די דעמאָלטיקע פּוילישע מלוכה. באַזונדערס שטאַרק האָט געברענט דאָס פֿײַער פֿון אויפֿשטאַנד אין אוקראַיִנע. פּוילישע, רוסישע און ייִדישע היסטאָריקער האָבן באַשריבן די מורדים ווי ווילדע גזלנים, בעת די אוקראַיִנישע היסטאָריקער פּרוּוון אָפֿט מאָל פֿאַרמאַכן די אויגן אויף די בלוטיקע שחיטות און באַטאָנען דעם נאַציאָנאַל־העראָיִשן כאַראַקטער פֿון דעם אויפֿשטאַנד — אַזוי ווי דאָס האָט געטאָן טאַראַס שעווטשענקאָ, דער קלאַסיקער פֿון דער אוקראַיִנישער ליטעראַטור.
די שטאָט אומאַן איז געווען אַ וויכטיקער צענטער, מיט אַ היפּשער, לויט די מאָסן פֿון יענער צײַט, באַפֿעלקערונג. איוואַן גאָנטאַס לײַט, וועלכע האָבן זיך אַרײַנגעריסן אין דער שטאָט, האָבן זיך באַלד אַ לאָז געטאָן אויסהרגענען ייִדישע און קאַטוילישע תּושבֿים, בסך־הכּל, לויט פֿאַרשיידענע אָפּשאַצונגען, פֿון אַ פּאָר טויזנט ביז 30 טויזנט נפֿשות.
דער בראַסלעווער רבי האָט געוואָלט, מע זאָל אים ברענגען צו קבֿורה דווקא אין אומאַן, כּדי ליגן לעבן די הרוגים פֿון יענער שחיטה. אַגבֿ, איך בין גאָר ניט זיכער, צי די חסידים, וואָס קומען קיין אומאַן, האָבן אַן אַנונג וועגן דער אומאַנער שחיטה אָדער בכלל וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדן אין אוקראַיִנע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.