אַ ייִדישע ניטל־געשיכטע אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער

A Jewish Christmas Story in a Concentration Camp

פֿון רות עבענשטיין (USA Today)

Published December 29, 2015, issue of January 22, 2016.

דער זיידע פֿון דער מחברטע, געזאַ, איר באָבע לילי, איר פֿעטער גיורי און איר מוטער נעמי, נאָך דער באַפֿרײַונג. איר זיידע איז אין די מלחמה־יאָרן געווען אין אַ רוסישן לאַגער פֿאַר קריגס־געפֿאַנגענע.
דער זיידע פֿון דער מחברטע, געזאַ, איר באָבע לילי, איר פֿעטער גיורי און איר מוטער נעמי, נאָך דער באַפֿרײַונג. איר זיידע איז אין די מלחמה־יאָרן געווען אין אַ רוסישן לאַגער פֿאַר קריגס־געפֿאַנגענע.

ערבֿ־ניטל 1944. מײַן באָבע האָט געבעטן מײַן פֿעטער, וואָס איז דעמאָלט געווען 12 יאָר אַלט, זיך אַרויסצוגנבֿענען פֿונעם קאָנצענטראַציע־לאַגער, אין שטראַסהאָף, 15 מײַלן אויף מיזרח פֿון ווין, כּדי ער זאָל גיין בעטלען.

„מענטשן גיבן מער צדקה אין דער צײַט פֿון ניטל‟, האָט די באָבע לילי געזאָגט איר זון גיורי. „בעט נאָר דאָס איבערגעבליבענע עסן, אַלץ אָן וואָס זיי קענען זיך באַגיין. זאָג זיי, אַז מיר וועלן באַלד אויסגיין פֿון הונגער‟.

„זאָג זיי, אַז דײַן דרײַ־יעריק שוועסטערל קען ניט פֿאַרלאָזן איר בעט, ווײַל די שיך זענען איר צו גרויס‟.

„איך וויל ניט בעטלען‟, האָט געענטפֿערט דאָס ייִנגל. „איך וואָלט בעסער געוואָלט גנבֿענען‟.

„דאָס איז ניט ריכטיק‟, האָט אים זײַן מאַמע אויסגעמוסרט. „מיר זענען ניט קיין גנבֿים‟.

זיי האָבן זיך געאַמפּערט. נאָך אַ געוויסער צײַט, האָט איר זון מסכּים געווען.

אין מיטן פֿון דער פֿינצטערער נאַכט האָט גיורי זיך אַרויסגעגנבֿעט פֿון דעם לאַגער דורך צוויי הילצערנע שטאַכעטן, און איז געגאַנגען כּמעט 4 מײַל צו פֿוס ביז ער האָט דערגרייכט דויטש־וואַגראַם, דאָס נאָענטסטע שטעטל. ער האָט געציטערט פֿאַר קעלט אין די צעריסענע קליידער. אויף דער פּעריפֿעריע פֿונעם שטעטל האָט ער זיך אָנגעשטויסן אויף אַ הויז, וואָס איז געווען אָפּגעטיילט פֿון די אַנדערע הײַזער. ער איז צוגעגאַנגען מיט דער סטעזשקע צו דער טיר און האָט אָנגעקלאַפּט.

ס׳האָט געעפֿנט אַ פֿרוי. זי איז מסתּמא געווען אַליין אין שטוב, ווײַל איר מאַן האָט מען געוויס געשיקט אויפֿן פֿראָנט. מעגלעך, אַז די קינדער זײַנען שוין געשלאָפֿן. זי האָט מסתּמא פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס ייִנגל איז אַ ייִד.

גיורי האָט פּינקטלעך איבערגעגעבן אויף דײַטש, וואָס זײַן מאַמע האָט אים געבעטן זאָגן. צי האָט ער באַהאַלטן זײַנע געמישטע געפֿילן וועגן בעטלערײַ? צי אפֿשר האָט ער איר דעמאָלט באַחנט מיט זײַן טאַלאַנט פֿאַר רעדן?

„קום מאָרגן‟, האָט די פֿרוי שטיל אַ זאָג געטאָן.

אויפֿן צווייטן טאָג איז מײַן פֿעטער ווידער געקומען. די פֿרוי האָט געעפֿנט די טיר מיט אַ שמייכל. דאָס הויז האָט מײַן פֿעטער פֿאַרלאָזט מיט פֿולע הענט: ברויט, קליידער, אַ פּאָר שיכעלעך, וואָס זענען געווען צו קליין פֿאַר איר קינד. און… אַ פּאָר זאָקן.

זי האָט געמאַכט וואַרעמע וואָלענע זאָקן פֿאַר מײַן מאַמע.

אָנגעטאָן אין די זאָקן און שיך, צוגעפּאַסט פֿאַר איר, איז מײַן מאַמע אַ צופֿרידענע אַראָפּ פֿון איר בעט. אירע צעריסענע שיכעלעך האָט מען געשאָנקען אַן אַנדער קינד אינעם לאַגער. מײַן מאַמע, מײַן באָבע און מײַן פֿעטער האָבן געמאַכט אַ סעודה פֿון די פּראָדוקטן, וואָס די פֿרוי האָט זיי צעגעטיילט. זיי האָבן צעטיילט די אומדערוואַרטע מתּנה צווישן אַנדערע מענטשן אין זייער באַראַק. ס׳איז געווען אַ שטילע פֿײַערונג פֿון מענטשלעכער פֿרײַנדלעכקייט אין ניטל־צײַט.

אין אַפּריל 1945 זענען מײַן מאַמע, מײַן פֿעטער און מײַן באָבע באַפֿרײַט געוואָרן דורך דער סאָוועטישער אַרמיי; דווקא אין יענע זאָקן און שיכעלעך, וואָס זי האָט באַקומען ווי אַ מתּנה איז זי געגאַנגען 28 מײַל צו פֿוס קיין בראַטיסלאַוואַ, כּדי אָנצוהייבן אַ נײַ לעבן. דרײַ חדשים שפּעטער איז זי געוואָרן 4 יאָר אַלט.

מײַן באָבע לילי האָט געהאַט אַ גוטמוטיקן געלעכטער און אַ וווילן חוש פֿאַר הומאָר, אַפֿילו בשעתן חורבן. זי פֿלעג רייצן מײַן מאַמען: „קענסט זאָגן מענטשן, אַז דו האָסט דאָך פֿאַרבראַכט דײַן קינדהייט אין די ווינער וועלדער‟.

דער אַנאָנימער חסידת־אומות־העולם וויל איך איצט זאָגן: איך באַדאַנק אײַך.

איך באַדאַנק אײַך פֿאַרן שטריקן מיט אײַערע הענט די זאָקן, וואָס האָבן אָנגעוואַרעמט מײַן מאַמעס פֿיסעלעך. איך דאַנק אײַך פֿאַרן געפֿינען די שיכעלעך און קליידער, און זיי שענקען אַ פֿרעמדן. איך באַדאַנק אײַך פֿאַרן טיילן זיך מיט אײַער ברויט בעת אַ מלחמה. אינעם ייִאוש פֿון אַ צעשמעטערטער, קאַלטער און פֿאַרשנייטער לאַנדשאַפֿט, ווען אַזוי פֿיל הערצער זענען געווען פֿאַרשלאָסן און עס האָט געהערשט די בייזקייט, און פֿאַר ייִדן האָט עס געקענט ווערן אַ סוף, האָט איר זיי געגעבן ליכט. איר האָט זיי געשענקט אײַער גוטהאַרציקייט. אַ מאָס פֿון אויסקום וואָס איך קען בלויז זיך פֿאָרשטעלן.

ווען איר וואָלט ניט איגנאָרירט די יאָרן פֿון גיפֿטיקן האַס און אַנטיסעמיטיזם, וואָס האָט אַרומגערינגלט אײַער לאַנד, כּדי צו העלפֿן מײַן משפּחה, וואָלטן זיי דען געהאַט איבערגעלעבט דעם שוידער און דערציילט מיר די דאָזיקע געשיכטע?


די מחברטע איז אַן אַמעריקאַנער־ישׂראלדיקער שרײַבערין, געזונט־אַקטיוויסטקע און רעדנערין. זי האַלט אין שרײַבן אַ ביכל זכרונות וועגן איר געראַנגל מיט ברוסט־ראַק און איר פֿרײַנדשאַפֿט מיט אַ פּאַלעסטינער פֿרוי, וואָס האָט אויך געליטן פֿון ראַק. איר טוויטער־קאָנטע איז ruthebenstein און איר וועבזײַט איז //www.laughthroughbreastcancer.com/. איר מוטער, נעמי עבענשטיין, האַלט אין שרײַבן אַ ביכל זכרונות וועגן אירע איבערלעבונגען.