אין פּאַריז וועט פֿאָרקומען אַ קאָנפֿערענץ וועגן דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור. די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער קאָנפֿערענץ, וואָס וועט פֿאָרקומען דעם 13טן און 14טן יוני, זוכן רעפֿערענטן, וועלכע וועלן רעדן אויף דער טעמע: „ליטעראַרישע גלותן אין אַשכּנז: די מאָדערנע העברעיִשע און ייִדישע ליטעראַטורן‟. די פּראָגראַם ווערט אײַנגעאָרדנט דורכן „צענטער צו פֿאָרשן די מיטל־מיזרחדיקע און מיטלענדישע ראַיאָנען‟ (CERMOM) בײַם „נאַציאָנאַלן אינסטיטוט פֿאַר אָריענטאַלישע שפּראַכן און ציוויליזאַציע‟ אין פּאַריז (Inalco), דער „מעדעם־ביבליאָטעק‟ (פּאַריז) און דער אָפּטיילונג פֿון ייִדישער קולטור בײַם „פּעטערסבורגער מלוכישן אוניווערסיטעט‟.
די קאָנפֿערענץ וועט אַרומרעדן דעם באַגריף „גלות‟ אינעם קאָנטעקסט פֿון דער מאָדערנער ליטעראַטור בײַ ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן אָפּשטאַם. כאָטש מע פֿלעג פֿאַרשטיין „גלות‟ לויטן בוכשטעבלעכן זין פֿון וואָרט און מיט בפֿירוש נעגאַטיווע קאָנאָטאַציעס, קוקן די הײַנטיקע פֿאָרשער ווידער אויף „גלות‟ ווי אַ לינדז, דורך וועלכן מע קען בעסער פֿאַרשטיין די באַציִונגען צווישן מענטשן, וואָס שטאַמען פֿון דער זעלביקער קולטורעלער גרופּע, אָבער וואָס זענען צעזייט און צעשפּרייט איבער דער וועלט. אַזוי אַרום וועט די קאָנפֿערענץ באַטראַכטן די מאָדערנע ליטעראַטור בײַ ייִדן ווי גלותדיקע ליטעראַטורן, וואָס האָבן אַ באַציִונג סײַ צום אָרט, וווּ זייערע ווערק זענען געשאַפֿן געוואָרן (למשל, אָדעס, בערלין, ניו־יאָרק, וואַרשע, ווילנע), ווי אויך זייער באַציִונג צו דער ברייטערער ייִדישער קולטור.
מע וועט אויך אַרומרעדן ווי אַזוי די ווערק פֿון דער מאָדערנער ליטעראַטור בײַ ייִדן זענען אינספּירירט געוואָרן סײַ פֿון דער מאָדערנער אייראָפּעיִשער ליטעראַטור, סײַ פֿון די הייליקע ייִדישע ספֿרים (תּנ״ך, גמרא אאַ״וו). די רעפֿערענטן וועלן באַטראַכטן, ווי אַזוי די מאָדערנע ייִדישע און העברעיִשע ליטעראַטורן האָבן זיך באַצויגן צו זייער „טאָפּלדיקן קולטורעלן און לינגוויסטישן אָרט, סײַ וואָס שייך זייער ניט־ייִדישער סבֿיבֿה, סײַ וואָס שייך זייער באַציִונג איינע צו דער אַנדערער‟.
די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער קאָנפֿערענץ, שרון בר־כּוכבֿא (פֿון Inalco) און טל חבֿר־כיבאָווסקי (פֿון דער „מעדעם־ביבליאָטעק‟) גיבן איבער, אַז די וועלכע ווילן רעפֿערירן זאָלן אַרײַנשיקן אַ קיצור פֿון 300 ווערטער און אַ קורצע ביאָגראַפֿיע (ביז 200 ווערטער) אויף ענגליש פֿאַרן 15טן פֿעברואַר. די קאָנפֿערענץ וועט געהאַלטן ווערן אויף ענגליש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.