ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published December 30, 2015, issue of January 22, 2016.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

פּרעמיער נתניהו טעלעפֿאָהירט פּרעזידענט פּוטינען

דער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין האָט טעלעפֿאָניש גערעדט מיטן פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל, בנימין נתּניהו. איניצייִרט דעם שמועס האָט נתּניהו — ווי אַ מיטל משפּיע צו זײַן אויף רוסלאַנד, וואָס מישט זיך אַרײַן אין דעם סירישן קריזיס. אויף אַלע טענות ענטפֿערן פּוטין און זײַנע פֿאַרטרעטער, אַז רוסלאַנד נעמט אָנטייל אינעם מצבֿ אין סיריע, כּדי צו באַקעמפֿן די „איסלאַמישע מלוכה‟ און אַנדערע טעראָריסטישע גרופּעס. פּוטין האָט גערופֿן צו אָרגאַניזירן דעם משׂא־ומתּן צווישן די סירישע צדדים אונטערן טיטל פֿון דער „יו־ען‟.

אַ נײַע ספֿר־תּורה פֿאַר דער זשוקאָווקער קהילה

אַ ידיעה פֿון מאָסקווער געגנט — דאָרטן, אין דעם פּרעסטיזשפֿולן דערפֿל זשוקאָווקע, וווּ עס האָט זיך אַנומלט געעפֿנט די ייִדישע קהילה, איז פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערלעכע צערעמאָניע: מע האָט אַרײַנגעטראָגן אין דער שיל אַ נײַע ספר־תּורה, וואָס איז אַ מתּנה פֿון יהודה און רעגינאַ קאַנעווסקי — די באַרימטע מעצענאַטן, וואָס האָבן געשטיצט אַ גרויסע צאָל ייִדישע קולטורעלע פּראָיעקטן. די צערעמאָניע האָט זיך אָנגעהויבן מיט אָנשרײַבן די לעצטע אותיות אין דער ספֿר־תּורה, טענץ מיט איר אונטער דער חופּה, און אַחרון־אַחרון־חבֿיבֿ — אַ באַנקעט.

ביראָבידזשאַנער דעלעגאַציע קומט קיין מאָסקווע

פֿון רעכטס: אַלכּסנדר לעווינטאַל, ר׳ בערל לאַזאַר און ר׳ אליהו ריס
פֿון רעכטס: אַלכּסנדר לעווינטאַל, ר׳ בערל לאַזאַר און ר׳ אליהו ריס

צו די אַנדערע נײַעס: קיין מאָסקווע איז אָנגעקומען אַ דעלעגאַציע פֿון ביראָבידזשאַן — דער גובערנאַטאָר פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, אַלכּסנדר לעווינטאַל, און דער הויפּט־רב פֿון דער געגנט — אליהו ריס. זיי האָבן זיך באַגעגנט מיטן הויפּט־רב פֿונעם רוסלענדישן חב״ד, ר׳ בערל לאַזאַרן און אַרומגערעדט די לאַגע פֿון דער ייִדישער קהילה אין ביראָבידזשאַן. לעווינטאַל האָט גערעדט, קודם־כּל, וועגן דערגרייכונגען אין דער מאַטעריעלער ספֿערע: די ייִדישע קהילה האָט באַקומען אַ שטח צו בויען אַ כּשרן רעסטאָראַן; מע פּלאַנירט צו בויען אויך אַ ייִדישן קינדער־גאָרטן און אַ מיקווה, און מע האָט אויך בדעה צו עפֿענען אַ טאָלעראַנץ־מוזיי, ווי אין מאָסקווע.

די צדדים האָבן אַרויסגעברענגט אידעעס ווי צו פֿאַרוואַנדלען ביראָבידזשאַן אין אַ געגנט, וואָס זאָל צוציִען סײַ רוסלענדישע, סײַ אויסלענדישע אינוועסטאָרן און טוריסטן. זיי האָבן אַרומגערעדט אַ מעגלעכקייט צו פֿאַרבעטן ישׂראלדיקע געשעפֿטסלײַט אין דער געגנט. די צוזאַמענאַרבעט וועט זײַן נייטיק, קודם־כּל, אין די ספֿערעס פֿון לאַנדווירטשאַפֿט און הויכע טעכנאָלאָגיעס. דער גובערנאַטאָר האָט באַזוכט דעם מאָסקווער טאָלעראַנץ־מוזיי און די סאָציאַלע אָרגאַניזאַציעס פֿונעם חב״ד: דער מעדיצין־צענטער; דער צענטער „שערי צדק‟, וואָס העלפֿט עלטערע לײַט, און אַנדערע אינסטיטותיעס.

אין איינער פֿון אַזעלכע אָרגאַניזאַציעס — דעם וווילטעטיקן צענטער „חמה‟ — איז פֿאָרגעקומען אַן אָוונט פֿאַר בלינדע. מע האָט פֿאַר זיי אָרגאַניזירט אַ קאָנצערט: אַ דועט פֿון אַ פֿידלער און אַ גיטאַריסט האָט אויסגעשפּילט מיטל־עלטערלעכע מוזיקאַלישע ווערק.

פֿעסטיוואַל פֿון עטנישע לידער נעמט אויך אַרײַן ייִדישע

נאָך אַ מוזיקאַלישע ידיעה קומט פֿון איוואַנאָוואָ, אַ שטאָט אַרום 400 ק״מ פֿון מאָסקווע. דאָרטן איז פֿאָרגעקומען דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל פֿון עטנישע לידער „די מוזיק פֿון שלום‟, אָרגאַניזירט מיט דער שטיצע פֿונעם רוסלענדישן קאָמפּאָזיטאָרן־פֿאַרבאַנד און דער ייִדישער קהילה פֿון איוואַנאָוואָ. אינעם גרויסן קאָנצערט וואָס האָט געשלאָסן דעם פֿעסטיוואַל האָט דער עולם געקענט הערן לידער פֿון גאָר פֿאַרשיידענע פֿעלקער — ייִדן, רוסן, מאָלאַוואַנער, קירגיזן, אַרמענער, אַזערבײַדזשאַנער און אַנדערע, געזונגען פֿון וואָקאַליסטן פֿון אַ ריי לענדער, בתוכם פֿון מדינת־ישׂראל.

יאָרצײַט פֿון פּאָעט אָסיפּ מאַנדעלשטאַם ווערט אָפּגעמערקט

די קולטור־לעבן אין מאָסקווע איז די וואָך קאָנצענטרירט אויף דער פֿיגור פֿון אָסיפּ מאַנדעלשטאַם — דער באַרימטער רוסישער פּאָעט פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. דעם 27סטן דעצעמבער מערקט מען זײַן יאָרצײַט. ער איז געשטאָרבן אין קאָנצענטראַציע־לאַגער אויפֿן ווײַטן מיזרח. מע האָט דורכגעפֿירט עלטעכע ליטעראַרישע אָוונטן, און אין איינעם פֿון די געסלעך אין מאָסקווער צענטער האָט מען אָרגאַניזירט אַ מיטינג אין זײַן אָנדענק. דאָרטן האָט זיך געפֿונען די לעצטע דירה, וווּ מאַנדעלשטאַם האָט געוווינט אין מאָסקווע. דער מיטינג איז פֿאָרגעקומען אין ראַמען פֿונעם פּראָיעקט „דער לעצטער אַדרעס‟. מע פֿאַראייביקט דעם אָנדענק פֿון קרבנות פֿון סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס, באַצייכענענדיק די ערטער, וווּ זיי האָבן געוווינט, איידער מע האָט זיי אַרויסגעשיקט אין לאַגער אָדער דערשאָסן.

עטלעכע מינים ביר און בראָנפֿן באַקומען השגחה

און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: רוסלאַנד גרייט זיך צו צו דעם נײַעם יאָר, וואָס רעכנט זיך דאָ פֿאַר דעם גרעסטן יום־טוב און ווערט ברייט געפּראַוועט — אויך בײַ ייִדן, בתוכם די רעליגיעזע. די כּשרות־אינסטאַנץ האָט געמאַכט די רוסישע ייִדן אַן אָריגינעלע מתּנה: זיי האָבן געגעבן השגחה פֿאַר עטלעכע מינים ביר פֿונעם זאַוואָד „קאַרלסבערג מיזרח־אייראָפּע‟, און דעם בראָנפֿן „ווינטער פּעלעס‟ פֿונעם זאַוואָד „אַטלאַנטיס‟.