דער ברודער פֿון דעם באַקאַנטן אַרגענטינער ייִדישן שרײַבער מאַרסעלאָ בירמאַכער איז דערמאָרדעט געװאָרן אין ירושלים דורך אַ טעראָריסטישער אַטאַקע מיט מעסערס. ראובֿן בירמאַכער, 45 יאָר אַלט, אַ טאַטע פֿון 2 קינדער, אַ רבֿ און אַ לערער אין אַ ישׂראלדיקער ישיבה, איז געפֿאַלן אַ קרבן בײַם יפֿו טויער, מיטװאָך דעם 23סטן דעצעמבער.
זינט אָקטאָבער זײַנען אומגעבראַכט געװאָרן 18 ישׂראלים, און 129 פּאַלעסטינער זײַנען דערהרגעט געװאָרן בעת דער טעראָריסטישער מעטאָדאָלאָגיע. דער ייִשובֿ האָט אויסגעדריקט דעם צער און פֿרײַטיק, און דעם 25סטן דעצעמבער איז פֿאָרגעקומען אַ הזכּרה אין דער בוענאָס־אײַרעסער ישיבֿה „שבֿת אחים‟, װוּ ראובֿן האָט געלערנט און איז געװען מיט אַ פּאָר חדשים צוריק אַן אָנגעזעענער גאַסט.
דער ברודער האָט אין זײַן װאָרט געזאָגט, אַז די װעלכע האָבן געטייט זײַן ברודער זײַנען דער זעלביקער סאָרט מענטשן װי די נאַציס, װעלכע האָבן דערהרגעט זײַן זיידן בעתן חורבן. עס האָבן זיך אויך באַטייליקט פֿאָרשטייערס פֿון דער קהילה און פֿון דער „דאַיאַ‟ און זייער אַ סך ישיבֿה־בחורים פֿאַר װעלכע ראובֿן איז געװען אַ מוסטער. כּבֿוד זײַן אָנדענק.
אין טשילע קומען פֿאָר צום 13טן מאָל די „פּאַן־אַמעריקאַנער מכּביאַדעס‟, ספּאָרט־ און קולטור־פֿאַרמעסטן פֿון די טשילענער און לאַטײַן־אַמעריקאַנער מאַנשאַפֿטן. דאָס יאָר האָט מען באַערט בײַ דער דערעפֿענונג, מאָנטיק, דעם 28סטן דעצעמבער, דעם פּראָקוראָר אַלבערטאָ ניסמאַן; און זײַנע 2 טעכטער, יאַראַ און קאַלאַ, האָבן זיך באַטייליקט אויף אַ צערעמאָניע, און אָנגעצונדן דעם יזכּור־פֿאַקל. אויך עליע הלװי, פֿון דער שארית הפּליטה; פֿראַנקלין לאָבאָס — אַ געװעזענער טשילענער פֿוסבאָליסט און איינער פֿון די 33 געראַטעװעטע פֿון דער מינען־קאַטאַסטראָפֿע, און דער ישׂראלדיקער פּילאָט נועם גערשוני, אַ פּאַראַפּלעכיקער װאָס איז געװאָרן אַן אָלימפּישער טשעמפּיאָן, האָבן אויך אָנגעצונדן ליכט. די טשילענער פּרעזידענטין מישעל באַטשעלעט איז בײַגעװען די דערעפֿענונג, װוּ עס באַטייליקן זיך 4,000 פֿאָרשטייערס פֿון 20 לענדער. די פֿאַרמעסטן װעלן זיך פֿאַרציִען ביזן 4טן יאַנואַר.
שבת, דעם 26סטן דעצעמבער איז אַ ישׂראלדיקע טוריסטין, לובע טשערנענקאָ, פֿון אַשקלון, 22 יאָר אַלט, געפֿונען געװאָרן אַ טויטע אין טשילע. זי האָט שפּאַצירט מיט איר חתן און נאָך 3 מיידלעך נאָכן באַפֿרײַט װערן פֿון דער אַרמיי. די פּאָליציי און דער ישׂראלדיקער אויסערן־מיניסטעריום האַלטן אין פֿאָרשן דעם ענין.
די ראַבינערקע רחל שעמען איז דאָנערשטיק, דעם 24סטן דעצעמבער, באַערט געװאָרן אין דעם פּאַרלאַמענט פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס װי „אַן אויסגעצייכנטע פּערזענלעכקייט פֿון דער שטאָט‟ פֿאַר איר אַרבעט פֿאַר מענטשנרעכט, קעגן דיסקרימינאַציע און דעם אינטעררעליגיעזן דיאַלאָג.
שעמען, אן אַויסגעשולטע אין די אַרגענטינער ייִדישע חינוך־אַנשטאַלטן, רעדט אַ פּרעכטיקן ייִדיש און בעת אירע שבתדיקע צערעמאָניעס אין טעמפּל „בית־אל‟ זינגט זי כּסדר ייִדישע לידער. זי איז די מיט־מחברטע פֿון בוך „אַ דיאַלאָג פֿאַרן לעבן‟, װאָס זי האָט פּובליקירט מיטן ד״ר פֿראַנציסקאָ קאַציאַני, װאָס איז אַ פּועל־יוצא פֿון אירע אָנשטרענגונגען אויף דעם פֿעלד.
דעם 28סטן דעצעמבער האָבן זיך אָנגעהויבן אין דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס די װאַרשטאַטן, װאָס די מוניציפּאַליטעט האָט אָרגאַניזירט פֿאַר קינדער אין עלטער פֿון 6 ביז 12 יאָר בעת די זומער־חדשים. דער קולטור־דעפּאַרטאַמענט פֿון דער קהילה באַטייליקט זיך אויך אין די אונטערנעמונגען און אַ סך פֿון די װאַרשטאַטן קומען פֿאָר אין קהילה־בנין.
מאַקס סאַפּאָלינסקי איז אויסדעװיילט געװאָרן װי דער נײַער קהילה־פֿאָרזיצער פֿון דער אורוגװײַער קהילה אין מאָנטעװידעאָ. דאָס איז דאָס צװייטע מאָל װי ער װערט ראש־הקהל אין דער צײַט, װען די קהילה פֿײַערט אירע ערשטע 100 יאָר עקזיסטענץ.
דער קאָנפֿליקט צװישן ישׂראל און בראַזיל גייט נאָך אָן. בראַזיל װיל נישט אַקצעפּטירן דעם נאָמינירטן אַמבאַסאַדאָר דני דיין, אַן אַרגענטינער געבוירענער און אַן אַקטיװיסט אין די שטחים. דער סיכסוך שלעפּט זיך שוין 4 חדשים און בראַזיל װיל נישט אָנערקענען אַן אַמבאַסאַדאָר װאָס װוינט און האָט אָנגעפֿירט „אַן אַקציע אין אָקופּירטע טעריטאָריעס‟. דער ישראלדיקער אויסערן־מיניסטעריום װיל נישט נאָכגעבן און דראָעט מיט איבעררײַסן די באַציונגען. פֿרײַטיק, דעם 25סטן האָט דער ישראַלדיקער אויסערן־ מיניסטעריום אַרײַנגעשיקט אַן אָפֿיציעלן בריװ דער פּרעזידענטין דילמאַ רוסעף.
איבער די שטורעמס אין דרום־אַמעריקע װי אַ קאָנסעקװענץ פֿון דעם „ניניאָ־מעטעאָראָלאָגישן פֿענאָמען‟, לײַדן בראַזיל, פּאַראַגװײַ, אורוגװײַ און אַרגענטינע פֿון שוידערלעכע פֿאַרפֿלייצונגען. מען שאַצט, אַז איבער 200,000 מענטשן זײַנען געשעדיקט געװאָרן. אַ סך ייִדישע אינסטיטוציעס, מיט דער קהילה בראש, האָבן אונטערגענומען אַ סאָלידאַרע אַקציע מיט עסן, װאַסער, מאַטראַצן און קליידער פֿאַר די געשעדיקטע אײַנװוינערס. אין דער שטאָט קאָנקאָרדיאַ, ענטרע ריאָס, נישט װײַט פֿון די קאָלאָניעס פֿון באַראָן הירש, האָבן אַ 20,000 מענטשן פֿאַרלוירן זייער גאַנצן האָב־און־גוטס װען די װאַסערן האָבן פֿאַרדעקט זייערע הײַזער מיט די װאַסערן פֿון טײַך אורוגװײַ. מען שאַצט אַז די אמתע אַרבעט װעט זיך ערשט אָנהייבן אין אַ פּאָר װאָכן אַרום װען די מענטשן װעלן קענען צוריק אַהיימקומען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.