איך האָב באַמערקט — ניט איצט, נאָר לאַנג צוריק — אַז די געשיכטע פֿון סאָוועטישע ייִדן ווערט זייער אָפֿט פֿאָרגעשטעלט דורך די אויגן פֿון מאָסקווער צי לענינגראַדער תּושבֿים. דערצו זײַנען עס, דער עיקר, די אויגן פֿון אַסימילירטע מענטשן. זיי — בעסער אויסגעשולטע, מיט אַ בעסערן צוטריט צו כּלערליי קוואַלן פֿון אינפֿאָרמאַציע — האָבן דאָך דאָמינירט סײַ אין די דיסידענטישע סײַ אין די ציוניסטישע קרײַזן. מיט זיי האָבן, בדרך־כּלל, קאַנטאַקטירט אויסלענדישע זשורנאַליסטן צי סתּם אויסלענדישע געסט. זיי זײַנען געוואָרן דער „שפּיגל‟ פֿונעם ייִדישן לעבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
וועגן דעם הויפּטשטאָטיש־אַסימילירטן קוק אויף דער סאָוועטיש־ייִדישער געשיכטע האָב איך ווידער אַ מאָל געטראַכט בײַם שרײַבן אַ „סאָוועטישן‟ קאַפּיטל פֿאַר אַ בוך וועגן דער קולטור פֿון עסן בײַ ייִדן. דאָ מוז איך אַנטפּלעקן דעם שרעקלעכן סוד: איך קען ניט קאָכן. דאָס הייסט, אַז אַ פּרעזשעניצע קען איך אויסמײַסטרעווען אויף אַ סראָוואָרדע, און נאָך עפּעס אַזעלכע זאַכן. אָבער איך טויג זיך ניט אויס אויף אויפֿצוקאָכן עפּעס רעכטס. דאָך רעדן צי שרײַבן וועגן קאָכן קען איך דווקא יאָ. בפֿרט נאָך אַז איך האָב געשריבן ניט וועגן רעצעפּטן פֿון מאכלים, נאָר וועגן סאָציאַלע אַספּעקטן פֿון דעם ענין פֿון עסן אויף ייִדישן אופֿן.
כּדי שרײַבן אַזאַ זאַך, האָב איך געמוזט, פֿאַרשטייט זיך, אַרײַנקוקן אין דעם וואָס איז שוין אָנגעשריבן געוואָרן. האָב איך זיך טאַקע געכאַפּט, אַז ס׳איז ווידער אַ מאָל די זעלבע מעשׂה, דהײַנו: הויפּטשטאָטיש־אַסימילירט. און ס׳איז טאַקע אַזוי: אין אַ סך מאָסקווער משפּחות האָט דאָס עסן קיין ייִדישן טעם ניט געהאַט. אין אוקראַיִנע בין איך אויסגעוואַקסן אין אַן אַנדער סבֿיבֿה, מיט אַן אַנדער, אַ סך מער טראַדיציאָנעלן, צוגאַנג צום עסן. און איך בין זיכער, אַז אין אַנדערע סאָוועטישע געגנטן איז עס געווען נאָך מער טראַדיציאָנעל איידער אין אונדזער שטאָט און אין אונדזער משפּחה.
אין די באַשרײַבונגען פֿון סאָוועטיש־ייִדישן עסן האָב איך איבערגעלייענט, למשל, אַז די ייִדישע מאכלים זײַנען אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן פֿון דער סאָוועטישער עפֿנטלעכקייט. אין אַ געוויסן זין, איז עס טאַקע געווען אַזוי: ס׳איז געווען שווער צי אַפֿילו אוממעגלעך צו געפֿינען אַ סאָוועטישן רעסטאָראַן, וואָס זאָל האָבן ייִדישע מאכלים אין זײַן מעניו. אָבער מע מוז געדענקען, אַז די ראָלע פֿון אַזאַ מין עפֿנטלעכקייט איז בכלל געווען אַן אַנדערע. ווער און ווי אָפֿט פֿלעגט מען גיין אין רעסטאָראַנען? זיכער ניט אַזוי ווי איצט. דערצו האָט אַ רעסטאָראַן־טיש געקענט אויסזען לחלוטין אַנדערש בעת אַ ייִדישער מסיבה. און ניט נאָר ערגעץ אין דער „פּראָווינץ”.
מיט פֿערציק יאָר צוריק (די צײַט לויפֿט!), ווען איך האָב חתונה געהאַט, האָט מען, ווי עס האָט זיך געפֿירט, געמאַכט אַ גרויסע הוליאַנקע. דאָס אָרט האָבן מיר אויסגעקליבן אין דעם רעסטאָראַן פֿונעם מאָסקווער האָטעל „מעטראָפּאָל‟. (דעמאָלט האָב איך נאָך ניט געלייענט שלום אַשס ראָמאַן „מאָסקווע” און ניט געוווּסט, אַז די געשעענישן אַנטוויקלען זיך דאָרטן, בפֿרט, אין דעם דאָזיקן האָטעל.) פֿאַר די וואָס זײַנען ניט באַקאַנט מיט דער געאָגראַפֿיע פֿון מאָסקווע, מוז איך דערמאָנען, אַז דער „מעטראָפּאָל‟ געפֿינט זיך לעבן דעם „באָלשוי טעאַטער‟ און זייער נאָענט פֿונעם „רויטן פּלאַץ‟.
מיט אַנדערע ווערטער, איז עס באמת אַן עפֿנטלעך אָרט. אָבער אונדזערע געסט האָבן אויף די טישן געפֿונען געפֿילטע פֿיש און אַנדערע ייִדישע מאכלים. און ניט אונדז, ניט די לײַט פֿונעם רעסטאָראַן, איז אײַנגעפֿאַלן צו טראַכטן, אַז דאָס איז געווען אַ „דיסידענטישע אַקציע‟. די פּראָבלעם איז געווען אַן אַנדערע און באמת סאָוועטישע — וווּ צו קריגן פֿיש? געלייזט האָט מען עס אַזוי: איינער פֿון די געסט איז געקומען פֿון ריגע, און דאָרטן איז, איך ווייס ניט פֿאַר וואָס, געווען גרינגער צו קויפֿן פֿיש. האָט ער עס געבראַכט מיט אַ טאָג פֿריִער. און עפּעס אַ מומע רחל (איך האָב זי קיין מאָל מער ניט געזען) האָט געהאַט אַ שם אַלס אַ מײַסטער פֿון שטרודל. איך געדענק, אַז מיר איז איר שטרודל אין גאַנצן ניט געפֿעלן געוואָרן, אָבער אַנדערע האָבן פֿון אים געלעקט די פֿינגער.
איך דערמאָן אַלץ אַקעגן דעם וואָס בײַ אַ סך מענטשן אין אויסלאַנד האָט זיך געשאַפֿן אַ סטערעאָטיפּ פֿון סאָוועטיש־ייִדישן לעבן, וואָס איז, כּלומרשט, בכלל קיין לעבן ניט געווען. לכל־הפּחות, קיין ייִדיש לעבן איז עס, לויט אַזאַ טײַטש, ניט געווען. אין דער אמתן — איז געווען, און אַ סך ייִדן האָבן קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן די רעצעפּטן פֿון געפֿילטע פֿיש און אַנדערע מאכלים. איך בין זיכער, אַז טויזנטער משפּחות שטעלן די מאכלים אויף די טישן, כּדי פֿײַערן דעם גאָר ניט קיין ייִדישן יום־טובֿ — דעם אָנהייב פֿונעם נײַעם יאָר. אָט אַזאַ געמישטן באַגאַזש האָבן די ייִדן געבראַכט פֿונעם סאָוועטישן אַמאָל: געשמאַקע ייִדישע מאכלים און אַ יאָלקע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.