אַמעריקע קאָכט זיך ווי אין אַ קעסל מיט די וואַלן הײַנטיקס יאָר. אַ טוץ קאַנדידאַטן לאַסטשען זיך אויפֿן העכסטן פּאָסטן אין אַמעריקע, אַרײַנגערעכנט דער רײַכסטער פֿון זיי אַלע, מיסטער דאָנאַלד טראַמפּ. כּמעט אַלע טעלעוויזיע-סטאַנציעס ווערן באַגליקט, מ׳גיט אויס גרויסע סומעס צו טראַנסמיטירן די דעבאַטעס, דער עיקר מיט די רעפּובליקאַנער קאָנקורענטן.
מ׳וואַרפֿט פּעך און שוועבל איינער אויפֿן צווייטן, אָבער דער עיקר פֿליִען די פֿײַל פֿון בויגן אויפֿן חשבון פֿון הילאַרין, די דעמאָקראַטישע קאַנדידאַטקע, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אין מויל־מלאכה און קען די פּאָליטישע פּלאַטפֿאָרמע ווי אירע צען פֿינגער.
אָבער דעם גרעסטן רושם מאַכט אָן דער גאַלאַגאַנסקער האָן, „דער דאָנאַלד‟ מיט דער שטרויענער טשופּרינע, וואָס מאַרשירט צווישן דעם טוץ הענער, און ווי נאָר ער דערשנאַפּט דאָס אײַנציקע הינדל, אַזוי וואַרפֿט ער אַן אומחן אויף איר שנאָבל. דערווײַל קלעטערן די טוץ הענער אַרום אים אויף די גלײַכע ווענט, קיינער וויל נישט אָנטרעטן אויף דאָנאַלדס אָטשיסקעס, טראַכטנדיק, אַז זיי וועלן נאָך אפֿשר מוזן אָנקומען צו אים אויף צו מאָרגנס נאָך די וואַלן.
אָבער ווען עס קומט צו דער איינציקער פֿרויענצימער צווישן זיי, די מלכּה פֿיאָרינע מיט איר זויערער מינע, רינט בײַ די הונגעריקע הענער פֿון מויל די סלינע. ווער געדענקט נישט די מעשׂה מיט „היולעט פּעקערט‟, וואָס איז שיִער נישט אונטערגעגאַנגען זינט זי האָט איבערגענומען די לייצעס. דער דאָנאַלד דעקט אויף איר שווינדל, און מאַכט פֿון איר דאָס כּפּרה־הינדל.
עס קומט נישט אָן אַזוי גלאַטיק די חבֿרה לצים וואָס קוואַפּען זיך אויפֿן „ווײַסן הויז‟. זיי ווייסן גאַנץ גוט, אַז מען דאַרף זיך קענען אונטערלעקן, חנפֿענען און לויבן אין הימל אַרײַן די מנדבֿים, די מאַגנאַטן, די עוואַנגעליקער און די וואָס שטימען נישט אײַן מיטן הײַנטיקן פּראָגרעס.
און דאָס קומט אָן דעם דאָנאַלד גרינג ווי פּוך. ער זאָגט צו אויף דער אייגענער האַנט אויסצוהיילן אַלע חלאתן, ספּראַווען זיך אָן שום מעשׂיות מיטן טעראָר פֿון „אײַסיס‟, אָפּלערנען כינע אַ לעקציע צוליב זייער גנבֿה איבער די אַמעריקאַנער גיטער און געלטער, וואַרט! וואַרט! דאָנאַלד וועט זיך ספּראַווען מיטן קליינעם, איבערגעפֿרעסענעם ווענצל פֿון צפֿון־קאָרעע; דער עיקר, ער וועט אים מאַכן מיט אַ קאָפּ נידעריקער. ער וועט שינדן די הויט פֿון די מעקסיקאַנער, מאַכן פּעך און שוועבל פֿון די מחמעדאַנער אחת שתּיים, שליסן די טויערן פֿאַר די סירישע פּליטים און ברענגען אויפֿן מיטעלען מזרח חושך מצרים.
דערווײַל טאַנצט דער דאָנאַלד אויף אַלע חתונות. ער וועט אויפֿשטעלן אַ וואַנט און וועט אויסבראַקירן די מעקסיקאַנער, ער ווייסט אַז זיי זײַנען סײַ ווי נישט מער ווי שינדער און שווינדלער, זיי פֿיטערן די אַמעריקאַנער מיט נאַרקאָטיקעס. ער וועט פּטור ווערן פֿון די עלף מיליאָן אומלעגאַלע בירגער אין לאַנד, ער וועט זיי אונטערשטעלן אַ פֿיסל און רוף אים קנאַק־ניסל.
וואָס טוט מען אָבער מיט הילאַרין? זי שטעקט אים ווי אַ ביין אין האַלדז. ער וועט נעמען אין דער אַרבעט אַרײַן איר מאַן, דעם אַמאָליקן פּרעזידענט ביל קלינטאָן, מיט זײַנע אַמאָליקע ליבע־אַפֿערעס, אלץ איז סחורה ווען מ’האָט נישט קיין מורא.
דער דאָנאַלד וועט שליסן יד אחת מיטן רוסישן מיק, באַנײַען צווישן זיך די הײַנטיקע פּאָליטיק אָן בהלות, ס׳וועט זײַן בײַ אונדז חי געלעבט און קאָשקעלעך גדולות…
ס׳איז גאַנץ אײַנפֿאַך, איך פֿאַרשטיי דעם דאָנאַלד אַזוי ווי ער גייט און שטייט. די מעשׂה איז, אַז ער האָט שוין פֿאַרזוכט פֿון אַלעם גוטן, פֿון די בעסטע מאכלים, זיך אײַנגעהאַנדלט ריזיקע אימעניעס, וווּ די וועלט האָט אַן עק, הנאה געהאַט פֿון זײַנע יאַכטעס און עראָפּלאַנען, דרײַ ווײַבער, פֿיר קינדער, אַ פּאָר אייניקלעך. דער „טראַמפּ־טאַוער‟ אין ניו־יאָרק איז זײַן פּלאַזשע, וואָס איז אים נאָך פֿאַרבליבן אין לעבן? ער האָט צוויי ברירות, אָדער די פּרעזידענטשאַפֿט אָדער לאַנגווײַל. דאָס „ווײַסע הויז‟ איז זײַן לעצטער לוסט, וואָס ער וועט איבערבויען לויט זײַן גוסט.
אַחוץ די אַלע זיבן זאַכן איז ער פּטור פֿון „פּאָליטישער קאָרעקטקייט‟, ער רעדט צום פֿאָלק אין אַ שפּראַך וואָס איז זיי ניחה, עם־ארצות, לשון־פּויער, בורלעסק, וווּלגאַר און פֿול מיט ניבול־פּה.
און אויב ענגליש איז פֿאַר אים נישט געווען צו „עלעגאַנטאָווע‟, האָט ער גענומען מאַזאָליען זײַן צונג מיט ייִדיש. כאָטש איך אַליין בין נישט באַקאַנט מיטן ייִדיש־ענגלישן וווּלגאַרן אויסדרוק מיט וועלכן ער מאַכט חוזק פֿון הילאַרין, אָבער חי געלעבט, פֿאַרוואָס דאָס נישט? דער עיקר, דער עולם כאָכאָטשעט.
דערווײַל הייבט זיך זײַן טעמפּעראַמענט און ער אַליין פֿרײט זיך, אָבער ווען עס קומט צום רעכטן־געדעכטן, וועט דער אַמעריקאַנער וויילער זיך נישט לאָזן פֿאַרפֿירן פֿון זײַן מענה־לשון. ער איז נישט דער ערשטער און נישט דער לעצטער, וואָס קען פֿאַרפֿירן אַ המון. אונדזער געשיכטע זאָגט עדות דערויף. מיר האָבן זיך גענוג אָנגעליטן פֿון די פֿאַלשע משיחים און געהאַט פֿון זיי צו זינגען און צו זאָגן, דער עיקר צו קלאָגן.
איז לאָמיר זיך נישט זאָרגן, מיר האָבן ביז אַהער איבערגעלעבט אַ וועלט מיט צדיקים אין פּעלץ, פֿאַלשע מטבעות און אַוואַנטוריסטן. ווי זאָגט דאָס ייִדיש ווערטל — בעסער אַ שוואַרצער גוט־מאָרגן איידער אַן אמת שוואַרץ יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.