אינעם קומענדיקן נומער פֿונעם יערלעכן ייִדישן פֿאָרש־זשורנאַל „זוטות‟ (Zutot) פֿאַרן יאָר 2016, וועט פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן אַן אינטערעסאַנטער אַרטיקל פֿון ד״ר יונתן מאיר וועגן די ייִדישע ווערק פֿונעם משׂכּילישן טוער יוסף פּערל.
דעם זשורנאַל גיט אַרויס יעדעס יאָר דער באַקאַנטער אַקאַדעמישער פֿאַרלאַג Brill. מאיר איז אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿונעם אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון בן־גוריון אין באר־שבֿע, וועלכער פֿאַרנעמט זיך מיט פֿאָרשונגען פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין מיזרח־אייראָפּע, קבלה, חסידות, השׂכּלה, און דער פּאָלעמיק צווישן די משׂכּילים און חסידים.
יוסף פּערל (1773—1839) איז געווען צווישן די „אורזיידעס‟ פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. זײַן ערשט פּאָלעמיש בוך קעגן די חסידים האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דײַטש אינעם יאָר 1816. לכתּחילה האָט ער זיך אינטערעסירט מיט קבלה און חסידות, אָבער זײַן טאַטע, אַ ראַציאָנאַליסטיש־געשטימטער ווײַן־סוחר, האָט אים איבערצײַגט צו פֿאַרלאָזן די „שטותים‟ און צו ווערן אַ געשעפֿטסמאַן.
אינעם יאָר 1813, האָט פּערל געעפֿנט אין טערנאָפּל אַ מעסיקע משׂכּילישע שול. פֿאַר זײַן בילדונג־טעטיקייט, האָט ער באַקומען שטיצע און אַפֿילו מעדאַלן פֿון דער רוסישער און עסטרײַכישער רעגירונג. צווישן זײַנע ווערק איז באַזונדערס באַקאַנט דער סאַרקאַסטישער חוזק־ספֿר „מגלה טמירין‟, פֿאַרשטעלט ווי אַ זאַמלונג בריוו, אין וועלכע אַ צאָל כּלומרשט „אויטענטישע‟ אויסגעטראַכטע חסידישע פּערסאָנאַזשן דערציילן איינער דעם צווייטן מעשׂיות וועגן פֿאַרשיידענע באַרימטע חסידישע צדיקים און זוכן אַ מיסטעריעז געהיים בוך, וואָס מאַכט חוזק פֿון דזיי. אין דער אמתן, מיינען זיי „מגלה טמירין‟ גופֿא.
אין אַ געוויסן זין, קאָן מען פֿאַרגלײַכן פּערלס ווערק מיט דער הײַנטיקער פּאָסטמאָדערנער ליטעראַטור. דורך קאָמפּליצירטע ווערטער־שפּילן און דער חידושדיקער אַנטוויקלונג פֿונעם סיפּור־המעשׂה, דערציילט דאָס בוך וועגן זיך אַליין. שפּעטער האָט ער ממשיך געווען דעם זעלבן זשאַנער און אָנגעשריבן אַ המשך מיטן נאָמען „דבֿרי צדיקים‟, וווּ די אויסגעטראַכטע חסידישע פּערסאָנאַזשן באַטראַכטן די סודות פֿון „מגלה טמירין‟ און דעם מחבר פֿונעם דאָזיקן „מיסטעריעזן‟ ספֿר.
אַחוץ זײַנע אַנטי־חסידישע ביכער, האָט פּערל זײַן גאַנץ לעבן געפֿירט אַן אַקטיווע משׂכּילישע געזעלשאַפֿטלעכע טעטיקייט אין גאַליציע. די חסידים האָבן אים באַטראַכט ווי אַ סכּנותדיקן מסור. פּערל האָט פֿײַנט געהאַט דעם חסידישן מינהג פֿון ווילדע שׂימחת־תּורהדיקע טענץ. דעם דאָזיקן יום־טובֿ איז ער ניפֿטר געוואָרן, און די חסידים האָבן זיך פֿאַרזאַמלט צו טאַנצן אויף זײַן פֿרישן קבֿר.
נאָך פּערלס טויט האָט מען אַנטדעקט, אַז אין זײַן טערנאָפּאָלער שול האָט ער איבערגעלאָזט אַ ריי מײַסטעריש אָנגעשריבענע ווערק אויף ייִדיש, אַרײַנגערעכנט זײַן אייגענע איבערזעצונג פֿון „מגלה טמירין‟ און פֿון הענרי פֿילדינגס פּיעסע „טאָם דזשאָנס‟. הגם פּערל האָט זיך באַצויגן צו ייִדיש מיט פֿאַראַכט, האָט ער זיך פֿאָרט באַנוצט מיטן „פֿאַרדאָרבענעם זשאַרגאָן‟ פֿון די ייִדישע מאַסן.
אין זײַן נײַעם אַרטיקל, דערציילט יונתן מאיר וועגן דער אַנטדעקונג פֿון יוסף פּערלס ווערק אויף ייִדיש און ייִדישיסטישע פֿאָרשונגען אַרום זיי. ווי אַ טיפּישער משׂכּיל פֿונעם 18טן יאָרהונדערט, האָט פּערל אונטערגעשטראָכן דעם חילוק צווישן אַזוי־גערופֿענע „ריינע‟ און „פֿאַרקריפּלטע שפּראַכן‟. ער האָט געהאַלטן, אַז ייִדן דאַרפֿן שרײַבן, אָבער, נאָר אויפֿן ליטעראַרישן דײַטש אָדער אויף אַ הויכן מליצהדיקן העברעיִש. צום פּשוטן לשון־קודש פֿון אַ סך פֿרומע ספֿרים, אויסגעמישט מיט אַראַמיש און אומגראַמאַטישע קאָנסטרוקציעס, האָט ער זיך באַצויגן אויך מיט ביטול.
פֿונדעסטוועגן, אַזוי ווי אַ צאָל אַנדערע פֿריִיִקע משׂכּילישע שרײַבער, אַרײַנגערעכנט זײַן פֿרײַנד מנחם־מענדל לעפֿין, האָט פּערל באַשלאָסן, אַז כּדי צו פֿאַרשפּרייטן די השׂכּלה צווישן די ברייטע ייִדישע מאַסן, מוז מען זיך „אַראָפּלאָזן‟ צו זייער לעבעדיקער שפּראַך. ווי באַלד די ייִדישע ווערסיע פֿון „שבֿחי־בעש״ט‟ האָט שטאַרק אויסגענומען בײַ די חסידים און צוגעצויגן אַ סך ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע צום חסידישן נוסח פֿון ייִדישקייט, האָט פּערל נאָכגעפֿאָלגט די דאָזיקע געראָטענע סטראַטעגיע און אָנגעהויבן אַליין שרײַבן אויפֿן „פֿאַרדאָרבענעם‟ ייִדיש־טײַטש.
שפּעטער, האָט צווישן דעם משׂכּילישן מחבר און ייִדיש זיך פֿאַרקניפּט אַ מין „ראָמאַן פֿון שׂונאים‟. אידעאָלאָגיש, האָט ער נאָך אַלץ פֿײַנט געהאַט די פּשוטע פֿאָלקס־שפּראַך. פֿון דער צווייטער זײַט, איז עס דאָך געווען זײַן אייגן מאַמע־לשון. אויף ייִדיש האָט פּערל געקאָנט זיך אַראָפּרעדן פֿון האַרצן און מײַסטעריש באַוואַרפֿן די „פֿאַרשאָלטענע‟ חסידים מיט פּעך און שוועבל אויף אַזאַ לשון, וואָס יעדער שטעטלדיקער ייִד קאָן אָפּשאַצן ווי געהעריק. ווי אַ רעזולטאַט, איז ער געוואָרן איינער פֿון די ערשטע ייִדישע שרײַבער, וועלכע האָבן אײַנגעפֿירט קאָמפּליצירטע מאָדערנע ליטעראַרישע זשאַנערס.
ביזן 20סטן יאָרהונדערט האָט מען נישט געוווּסט, אַז אַזאַ פּראָ־דײַטשישער משׂכּיל, ווי יוסף פּערל, האָט איבערגעלאָזט אַ רײַכן אַרכיוו פֿון ייִדישע כּתבֿים. ס׳זעט אויס, אַז ער האָט געוואָלט זיי פֿאַרעפֿנטלעכן, אָבער נישט באַוויזן דאָס צו טאָן. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז זײַן פּובליקירטע לשון־קודשדיקע ווערסיע פֿון „מגלה טמירין‟ האָט ממשותדיק משפּיע געווען אויף דער ייִדישער ליטעראַרטור, אָבער ווי אַ באַקאַנטער העברעיִשער שרײַבער.
אין 1924 האָט ישׂראל ווײַנלעץ פּלוצעם אַנדעקט אינעם טערנאָפּאָלער אַרכיוו פּערלס ייִדישן וואַריאַנט פֿון „מגלה טמירין‟, „טאָם דזשאָנס‟ און דעם ראָמאַן „אַנטיגאָנוס‟. שפּעטער האָט מען געפֿונען אַנדערע ווערק, אָנגעשריבן אויף זייער אַ פּרעכטיקער שפּראַך. אַזעלכע מומחים פֿון ייִדיש־ליטעראַטור, ווי זלמן רייזען און מאַקס עריק, האָבן מיט נײַגער געהאָפֿט, אַז דער ייִוו״אָ וועט אינגיכן פֿאַרעפֿנטלעכן פּערלס אַנטדעקטע ווערק. דער ייִדישער וואַריאַנט פֿון „מגלה טמירין‟, אַרײַנגערעכנט פּערלס ספּעציעלע הקדמה, איז אָבער ערשט אַרויס אין 1937—1938. שפּעטער האָט מען אויסגעפֿונען, אַז אַ טייל פֿונעם ווערק איז געבליבן אומפּובליקירט. די ייִדישע ווערסיע פֿון „מגלה טמירין‟ שיידט זיך שטאַרק אונטער פֿון דער העברעיִשער. צום ייִדישן מאַסן־לייענער האָט פּערל זיך געווענדט מיט אַ פּשוטער שפּראַך, אויסמײַדנדיק קבלה־ענינים און מליצה־ווערטלעך. אַזוי צי אַזוי, איז עס אַן אינטערעסאַנט ווערק פֿאַר זיך, וואָס פֿאָדערט אַ גרעסערן אויפֿמערק. מאיר באַקלאָגט זיך, אַז מע וואָלט געדאַרפֿט כאָטש אַרויסגעבן אַ פֿולע אויסגאַבע פֿונעם ווערק. אינעם יאָר 1953, האָט חנא שמערוק געפֿונען אינעם ניו־יאָרקער ייִוו״אָ־אַרכיוו פּערלס פּאַראָדיע אויף רבי נחמן בראַצלעווערס „סיפּורי־מעשׂיות‟ — אַן אַנדער גאַנץ אינטערעסאַנטער ווייניק באַקאַנטער טעקסט אויף ייִדיש און לשון־קודש. און זײַן ייִדישער איבערזעצונג פֿון „טאָם דזשאָנס‟ ליגט דערווײַל פֿאַרלאָזט אין דער ירושלימער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק. בדרך־כּלל, בלײַבט די פֿריִיִקע משׂכּילישע ליטעראַטור אויף ייִדיש אַ ווייניק אויסגעפֿאָרשט פֿעלד. ס׳איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז די פֿרומע מחברים פֿון חסידישע ביכלעך, בשותּפֿות מיט די משׂכּילים, האָבן פֿאַרלייגט, נישט געקוקט אויף די שאַרפֿע חילוקים צווישן זייערע וועלט־באַנעמען, די יסודות, אויף וועלכע עס זענען אויפֿגעקומען די ווערק פֿון אַזעלכע קלאַסיקער, ווי מענדעלע מוכר־ספֿרים און יצחק־לייבוש פּרץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.