(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דער נאָמען פֿונעם אַנסאַמבל, „קאַטשאַנעס‟, מיינט אינעם מיזרח־לאָנדאָנער ייִדיש „גרויסע קשיאות‟. ס׳זעט אויס, אַז שטאַמען שטאַמט עס פֿונעם ליטוואַקישן דיאַלעקט. „פֿרעג נישט קאַטשאַנעס, עס איז ענגלאַנד, וואָס טויג מיר די טענות‟, זינגט זי אין איין ליד, וואָס איז אַרײַן אינעם רעפּערטואַר פֿונעם אַנסאַמבל. „אַ מדינהלע אַ סמאַטינקע, אוי־וויי זיסער טאַטינקע, אַלעס איז קאַפּויער דאָ געשטעלט‟.
דער נײַער אַנסאַמבל „קאַטשאַנעס‟, געשאַפֿן אין 2014, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ קוואַרטעט פֿון פֿיר פֿרויען. די זינגערין, וויווי לאַקס, האַלט איצט בײַם פֿאַרענדיקן איר דאָקטאָראַט וועגן דער פּאָפּולערער ייִדיש־קולטור אין לאָנדאָן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. די פֿידלערין, מעג האַמילטאָן, האָט אינעם יאָר 2001 באַקומען דעם חשובֿן „מילעניום־פּריז‟ פֿונעם ענגלישן „אינסטיטוט פֿון ייִדישער מוזיק‟. רעבעקאַ וועדעל איז אַ פּראָפֿעסיאָנעלע קאָמפּאָזיטאָרין, אַקטריסע און רעזשיסאָרין. די סאַקסאַפֿאָניסטקע, סאַראַ מור, האָט אַ דאָקטאָראַט אין מוזיק, און פֿאָרט כּסדר אויף גאַסטראָלן איבער דער וועלט. באַזונדערס האָט זי ליב צו שפּילן אויף אָפֿענע גאַסן־קאָנצערטן.
האָבנדיק ליב די אַמאָליקע ראַדיקאַלע ייִדישע סצענע פֿון לאָנדאָן, איז די גרופּע אַליין פֿאַרבונדן מיט הײַנטצײַטיקע פּראָגרעסיווע באַוועגונגען. דעם פֿאַרגאַנגענעם 8טן מאַרץ האָט „קאַטשאַנעס‟ געווידמעט אַ ספּעציעלן קאָנצערט דעם אינטערנאַציאָנאַלן פֿרויען־טאָג. די „לימוד‟־קאָנפֿערענץ אין ענגלאַנד פּראַוועט איצט איר 35־יאָריקן יוביליי. מער ווי 2,700 באַטייליקטע זענען זיך צוזאַמענגעפֿאָרן פֿון 28 לענדער און זיך באַטייליקט אין איבער 1,100 פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען. דער צוזאַמענפֿאָר איז פֿאָרגעקומען פֿונעם 27סטן ביזן 31סטן דעצעמבער אין בירמינגעם. די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן אונטערגעשטראָכן דעם ברייטן פֿאַרנעם פֿון דער פּראָגראַם — פֿון „קאַטשאַנעס‟ ביז תּנ״כישע שטודיעס און אַ פֿאַרזוך־סעסיעס פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן בראַָנפֿן. לכתּחילה געגרינדעט אין ענגלאַנד, אין 1980, האָט „לימוד‟ זיך במשך פֿון דער צײַט פֿאַרוואַנדלט אין אַ ריזיקער נעץ ייִדישע קאָנפֿערענצן אין 43 פֿאַרשיידענע לענדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.