ייִדיש געזאַנג מיטן לאָנדאָנער „קאָקני‟־טעם

Cockney Yiddish Singing at Limmud

Facebook

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 03, 2016, issue of January 22, 2016.

דעם 29טן דעצעמבער איז אויף דער נאַציאָנאַלער בריטישער „לימוד‟־קאָנפֿערענץ אין בירמינגעם אויפֿגעטראָטן דער מוזיקאַלישער אַנסאַמבל „קאַטשאַנעס‟ פֿון לאָנדאָן, וואָס שפּילט ייִדישע לידער און זינגט אויף דעם „קאָקני־ייִדיש‟ — דער אָריגינעלער דיאַלעקט פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע אימיגראַנטן, וועלכע האָבן אָנגעהויבן זיך באַזעצן אינעם אָרעמער לאָנדאָנער „איסט־ענד‟ אָנהייבנדיק פֿון די 1880ער יאָרן און האָבן במשך פֿון עטלעכע דורות אויסגעאַרבעט אַן אייגנאַרטיקע קולטור.

דאָס וואָרט „קאָקני‟ איז אַ פּעיאָראַטיוו צונעמעניש פֿון די לאָנדאָנער, וואָס וווינען אינעם היסטאָרישן מיזרחדיקן ראַיאָן פֿון דער שטאָט און רעדן אויף ענגליש מיט אַ ספּעציפֿישן אַקצענט, וואָס ווערט אַסאָציִיִרט מיטן אָרעמען אַרבעטער־קלאַס. מיט 100 יאָר צוריק האָט דער דאָזיקער ראַיאָן געהאַט בערך די זעלבע רעפּוטאַציע, ווי דער דרום־מיזרחדיקער טייל פֿון מאַנהעטן. בײַ די אָרטיקע אירלענדישע און ייִדישע אימיגראַנטן האָבן געבליט ראַדיקאַלע רעוואָלוציאָנערע שטימונגען און באַוועגונגען.

דער דײַטשישער נישט־ייִדישער אַנאַרכיסט רודאָלף ראָקער, וועלכער האָט זיך ספּעציעל אויסגעלערנט ייִדיש, האָט דאָרטן געעפֿנט די באַקאַנטע צײַטונג „אַרבעטער־פֿרײַנד‟. לייב טראָצקי, וולאַדימיר לענין, ראָזאַ לוקסעמבורג און אַנדערע רעוואָלוציאָנערן האָבן באַזוכט דעם דאָזיקן טייל פֿון לאָנדאָן, כּדי זיך צו טרעפֿן מיט די אַנדערע אַקטיוויסטן. עס האָט זיך געשאַפֿן אַן אוניקאַלער אָרטיקער ייִדישער טעאַטער און מוזיקאַלישע סצענע, וועלכע די קריטיקער האָבן פֿאַרדאַמט ווי „שונד‟, אָבער די רעוואָלוציאָנערן האָבן אָפּגעשאַצט פֿאַרן ראַדיקאַלן טעם. אין די ייִדישע לידער פֿונעם לאָנדאָנער „איסט־ענד‟ גייט כּסדר די רייד וועגן פֿאַרלאָזטע עגונות, סעקס, היימלאָזיקייט, קבצנות, זונות, פֿרײַער ליבע, שווערער מי און דעם אימיגראַנטישן נע־ונד. און, ווי דער שטייגער איז מיטן ייִדישן פֿאָלקלאָר, זענען זיי פֿול מיט איראָניע און הומאָר.