חרדיש פּאָרפֿאָלק געכאַפּט מיט נאַרקאָטיק אין אוקראַיִנע

Haredi Couple caught with Drugs in Ukraine


פֿון ייִט״אַ

Published January 03, 2016, issue of January 22, 2016.

די אוקראַיִנישע פּאָליציי האָט אַרעסטירט אַ חרדיש פּאָרפֿאָלק פֿון ישׂראל אין אַ קיִעווער פֿליפֿעלד, נאָך דעם, וואָס מע האָט אַנטדעקט מער ווי צוויי פֿונט מאַריכואַנע אין זייער באַגאַזש.

די וועבזײַט פֿון דער אוקראַיִנער גרענעץ־פּאָליציי האָט איבערגעגעבן, אַז די ישׂראלים זענען פֿאַרהאַלטן געוואָרן זונטיק אינעם „באָריספּיל‟־פֿליפֿעלד אין אַן אַקציע, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן צוזאַמען מיטן אָרטיקן זיכערהייט־דינסט, פּאָליציי און צאָל־אַמט אַגענטורן. מע האָט ניט אידענטיפֿיצירט דאָס פּאָרפֿאָלק.

די חרדישע נײַעס וועבזײַטל www.ch10.co.il האָט דאָנערשטיק געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז מע האָט אפֿשר געמאַכט אַ בילבול אויפֿן פּאָרפֿאָלק צוליב דעם, וואָס די פֿרוי ראַנגלט זיך מיט איר געוועזענעם מאַן וועגן דער אויפֿזיכט איבער אירע נײַן קינדער. דער אַרטיקל האָט ניט פֿאַרעפֿנטלעכט די נעמען פֿונעם אַרעסטירטן פּאָרפֿאָלק, כּדי צו היטן זייער פּריוואַטקייט.

לויטן אַרטיקל זענען דאָס פּאָרל, צוזאַמען מיטן געוועזענעם מאַן, מיטגלידער פֿון אַ „פּראָמינענטער חרדישער גרופּע, וואָס געפֿינט זיך אינעם צענטער פֿון ישׂראל‟. ישׂראל גרינהאַוס, אַ געוועזענער גור־חסיד פֿון בני־ברק און אַ לעקטאָר וועגן דער חרדישער וועלט, האָט איבערגעגעבן, אַז דאָס פּאָרפֿאָלק שטאַמט פֿון זײַן געוועזענער קהילה.

לויט דער גבֿית־עדות פֿון מענטשן, וואָס האָבן גערעדט מיט www.ch10.co.il, האָבן די פֿרוי און איר געוועזענער מאַן זיך צעשטיידט „דורך אַ מיאוסן גט‟. בעת זי האָט געהאַט דעם אויפֿזיכט אויף אירע קינדער איז זי פֿאַרקנסט געוואָרן דווקא מיטן זיווג־קאָנסולטאַנט, וואָס האָט געזאָלט צונויפֿברענגען מאַן־און־ווײַב. אַ סך מענטשן אין דער חסידישער קהילה, אַרײַנגערעכנט קרובֿים פֿון דער פֿרוי, זענען געווען אין כּעס וועגן דער דערשײַנונג.

מע האָט לעצטנס פֿאַרבעטן דעם נײַעם חתן אויף אַן אינטערוויו פֿאַר אַ שטעלע מיט אַ חרדישער אינסטיטוציע אין קיִעוו. לויטן באַריכט האָט זײַן כּלה אים באַגלייט אויף דער רײַזע און מע האָט איבערגעלאָזט די קינדער מיט קרובֿים אין ישׂראל. דאָס פּאָרפֿאָלק איז אַרעסטירט געוואָרן אויפֿן וועג צוריק קיין ישׂראל.

דאָס פּאָרפֿאָלק טענהט, אַז מע האָט אַרײַנגעלייגט די נאַרקאָטיק אין זייער באַגאַזש אָן זייער הסכּם אָדער וויסן. לויט איינער פֿון דער פֿרויס שכנים, זענען אומבאַקאַנטע מענער געקומען צו איר הויז איידער האָט געוווּסט וועגן דעם אַרעסט. די מענער האָבן אַרויסגענומען דער פֿרויס האָב־און־גוטס און געזאָגט איר שכנה, אַז זי „וועט ניט צוריקומען אַ לאַנגע צײַט‟.