איך האָב לעצטנס געהאַט די זכיה (ריכטיקער, צוויי זכיות) צו זען צוויי פֿילמען, וועלכע זײַנען מיר — ווי פֿילמען, דאָס הייסט, קונסט־ווערק — לחלוטין ניט געפֿעלן געוואָרן. אָבער זיי האָבן, בלי־ספֿק, אַ ווערט ווי דערמאָנונגען פֿון היסטאָרישע געשעענישן. נאָך אַזעלכע פֿילמען וועלן מענטשן, אַ פּנים, אָנהייבן זוכן מער רעלעוואַנטע ידיעות אין אינטערנעץ און אין די געדרוקטע קוואַלן.
דער ערשטער פֿילם איז The Bridge of Spies („די בריק פֿון שפּיאָנען‟), וואָס איז טאַקע וועגן צוויי שפּיאָנען — דעם סאָוועטישן, רודאָלף אַבעל (אונטער דעם דאָזיקן פֿיקטיוון נאָמען איז ער אַרײַן אין דער געשיכטע), און דעם אַמעריקאַנער, גאַרי פּאַוערס. דעם סאָוועטישן שפּיאָן, וואָס איז געבוירן געוואָרן און אויסגעוואַקסן אין ענגלאַנד, האָט מען אַרעסטירט אין יאָר 1957 אין ניו־יאָרק, וווּ ער האָט געוווינט, מאַכנדיק אַן אָנשטעל, אַז זײַן פֿאַך איז געווען מאָלערײַ. ער האָט זיך טאַקע אויסגעטויגט ווי אַ קינסטלער. אים האָט מען פֿאַרמישפּט אויף דרײַסיק יאָר תּפֿיסה.
דער אַמעריקאַנער שפּיאָן האָט געאַרבעט אין אַ נוסח, וואָס האָט גאָרנישט געהאַט צו טאָן מיטן „קלאַסישן‟ שפּיאָנאַזש. גאַרי פּאַוערס איז געווען אַ פּילאָט פֿון אַן עראָפּלאַן, וואָס האָט געקענט פֿליִען זייער הויך — אַזוי הויך ווי קיין סאָוועטישע עראָפּלאַנען האָבן דעמאָלט ניט געקענט פֿליִען. האָט מען אים געשיקט צו פֿאָטאָגראַפֿירן כּלערליי מיליטערישע אָביעקטן אויף דער סאָוועטישער טעריטאָריע. דעם 1טן מײַ 1960 האָט זיך דעם סאָוועטישן מיליטער אײַנגעגעבן דעם עראָפּלאַן אַראָפּצושיסן מיט אַ ראַקעטע, אָבער פּאַוערסן האָט זיך געראַטעוועט, דער פּאַראַשוט האָט אים ניט אונטערגעפֿירט. אים האָט מען פֿאַרמישפּט אויף פֿופֿצן יאָר סאָוועטישער תּפֿיסה.
דער סיפּור־המעשׂה פֿונעם פֿילם דרייט זיך אַרום דעם אַמעריקאַנער אַדוואָקאַט, וואָס האָט פֿאַרטיידיקן רודאָלף אַבעלן און שפּעטער אויסגעפֿירט דעם שליחות פֿון פֿירן אונטערהאַנדלונגען צווישן די צדדים, וועלכע האָבן פֿאָרגעשטעלט דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. סוף־כּל־סוף, האָט מען זיך צונויפֿגערעדט, אַז מע וועט מאַכן אַן אויסטויש מיט די שפּיאָנען.
דאָס איז אַ וויכטיקער — און אַ פֿאַרכאַפּנדיקער — עפּיזאָד פֿון דער „קאַלטער מלחמה‟. די צרה איז, אַז דער פֿילם, געמאַכט דורך סטיווען שפּילבערג (צום סצענאַר האָבן צוגעלייגט די הענט די ברידער כּהן), דערציילט עס דורך פֿילצאָליקע קלישעען. טאָם הענקס, וואָס שפּילט די צענטראַלע ראָלע, איז פּונקט אַזאַ, ווי איך האָב אים שוין ניט איין מאָל געזען. אַלע מיזרח־בערלינער (דאָרטן האָט מען געפֿירט די אונטערהאַנדלונגען) זײַנען פּשוט קאַריקאַטורן פֿון אַזאַ סאָרט, ווי מע פֿלעגט ווײַזן דײַטשן אין די סאָוועטישע פֿילמען, געמאַכט אין די 1940ער יאָרן. די איינציקע באמת אינטערעסאַנטע אַקטיאָרישע אַרבעט איז פֿון מאַרק רילאַנס, דעם שטערן פֿון הײַנטיקן בריטישן טעאַטער. ער שפּילט גלענצנדיק די ראָלע פֿון רודאָלף אַבעל. איך וועל זיך גאָר ניט חידושן, אויב רילאַנס וועט אין פֿעברואַר באַקומען אַן „אָסקאַר‟.
דער צווייטער פֿילם, וואָס איך האָב געזען, הייסט Im Labyrinth des Schweigens („אין לאַבירינט פֿון שווײַגן‟). דער דאָזיקער דײַטשישער פֿילם דערציילט, ווי אַזוי אין דער ערשטער העלפֿט 1960ער יאָרן האָט מען אין דײַטשלאַנד געמישפּט די „עס־עס‟־לײַט, וועלכע האָבן אין אוישוויץ געטרײַ געדינט דעם מערדערישן נאַציסטישן רעזשים.
דאָס איז אויך ניט קיין אויסגעטראַכטע געשיכטע, כאָטש דער יונגער פּראָקוראָר, די צענטראַלע פֿיגור פֿונעם סיפּור־המעשׂה, איז אַן אויסגעטראַכטער. נאָך מער: צו מאָל שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז ער איז ניט פּשוט אויסגעטראַכט, נאָר אויסגעזויגן געוואָרן פֿון דעם סצענאַריסטס פֿינגער. בפֿרט ווען דער דאָזיקער דײַטש, צוזאַמען מיט נאָך איין לײַטישן דײַטשן, פֿאָרט קיין פּוילן, צו זאָגן קדיש אין אוישוויץ.
אין דעם פֿילם איז דאָ אַ וויכטיקע היסטאָרישע פֿיגור — דער פּראָקוראָר פֿריץ באַוער. אַ דאַנק אים, אַ ייִד און אַ סאָציאַל־דעמאָקראַט, איז עס טאַקע געשען: דער אוישוויץ־פּראָצעס (אין דער אמתן, עטלעכע געריכט־פּראָצעסן), בעת וועלכע עס זײַנען פֿאַרמישפּט געוואָרן אייניקע פֿון די גזלנים. ס’איז אויך וויכטיק, אַז בײַ עפּעס אַ טייל דײַטשן האָבן זיך געעפֿנט די אויגן אויף די שרעקלעכע פֿאַרברעכנס פֿון דער נאַצי־תּקופֿה. דערצו האָט באַוער שטילערהייט געהאָלפֿן דער ישׂראלדיקער אויסשפּיר־דינסט צו קריגן אינפֿאָרמאַציע וועגן אַדאָלף אײַכמאַנען.
די צרה פֿונעם פֿילם איז די זעלבע, ווי מיט „די בריק פֿון שפּיאָנען‟, דהײַנו: קלישעען. מאָדנע, אָבער אין דעם פֿילם זעט מען בולט האָליוווּדישע קלישעען; אַ סבֿרא, אַז מע האָט זיך אָנגעקוקט דעם אַמעריקאַנער פֿילם־טאַנדעט, אָדער בכּיוון באַשלאָסן, אַז אַזוי דאַרף מען מאַכן אַ פֿילם, כּדי צו קריגן אַן „אָסקאַר‟. דער „לאַבירינט פֿון שווײַגן‟ קאָן נאָך טאַקע נאָמינירט ווערן אין דער „אָסקאַר‟־קאַטעגאָריע פֿון אַנדערש־שפּראַכיקע פֿילמען. די רשימה נאָמינירטע פֿילמען וועט מען אַנאָנסירן דעם 14טן יאַנואַר.
אַגבֿ, אויף אָט דעם הינטרעגרונט, האָב איך באמת הנאה געהאַט צו זען נאָך איין נײַעם פֿילם — „ברוקלין‟. מאָדנע, אָבער דער פֿילם מיט אַזאַ טיטל איז ניט וועגן ייִדן. ס׳איז וועגן אירלענדישע און — ווייניקער — איטאַליענישע אימיגראַנטן, אין די 1950ער יאָרן. ס׳איז פֿריש, מיט גוטע אַקטיאָרן. און, דער עיקר, האָב איך ניט געהאַט קיין געפֿיל, אַז מע פֿאַרקויפֿט מיר אַן איבערגעניצעוועטע טאַנדעט־סחורה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.