דער גולם באַקענט פּוילישע קינדער מיט ייִדיש

Polish Children Meet a Yiddish Golem

אַ קאַדער פֿונעם נײַעם אַנימאַציע־פֿילם
אַ קאַדער פֿונעם נײַעם אַנימאַציע־פֿילם

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 05, 2016, issue of January 22, 2016.

ווי אַ טייל פֿונעם קולטור־פּראָיעקט „פֿיר זײַטן פֿון וווּנדער־מעשׂיות‟, האָבן די פּוילישע רעזשיסאָרן מאַרצין קאָזשלינסקי און מאַרטינאַ מאַיעווסקאַ פֿאַרעפֿנטלעכט דעם 3טן יאַנואַר אויפֿן „יוטוב‟ זייער נײַעם אַנימאַציע־פֿילם אויף ייִדיש וועגן רבי אליהו, דער בעל־שם פֿון כעלם, און זײַן גולם.

אויף אַ טשיקאַוון און חנעוודיקן אופֿן דערציילט דער פֿילם, אַז אַ באַרימטער פּוילישער מיטצײַטלער פֿונעם מהר״ל, אַ גרויסער צדיק און מקובל, האָט אויך געשאַפֿן אַ גולם. אַדרבה, די וואָרצלען פֿון דער מעשׂה וועגן דעם פּראָגער רבֿ בלײַבן אומקלאָר; דער מהר״ל איז גיכער באַוווּסט ווי אַ פֿילאָסאָף און מחבר פֿון אַ סך ספֿרים, אָבער לאַוו־דווקא אַ בעל־מופֿת. להיפּוך, האָט רבי אליהו געהאַט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ פּראַקטישן מקובל. זײַן נאָמען איז אַרומגערינגלט מיט פֿאַרשיידענע איבערנאַטירלעכע געשיכטעס. דערציילנדיק די וווּנדער־מעשׂה, באַקענט דער פֿילם די קינדער מיט יסודותדיקע ידיעות וועגן דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישלאַנד.

רבי יעקבֿ עמדען, איינער פֿון די חשובֿסטע רבנים פֿונעם 18טן יאָרהונדערט, וועלכער האָט געשטאַמט פֿונעם כעלמער בעל־שם, האָט ערנסט געגלייבט אין דער משפּחה־לעגענדע, לויט וועלכער דער גולם האָט געהאַלטן אין איין וואַקסן, דערפֿאַר האָט רבי אליהו געמוזט אים צעשטערן. אַפֿילו אין פּראָג האָט מען באַטראַכט דעם פּוילישן נוסח פֿון דער מעשׂה ווי אַ מער באַקאַנטן און אויטענטישן.

יעדער פֿילם אין דער מולטיקולטורעלער סעריע „פֿיר זײַטן פֿון וווּנדער־מעשׂיות‟ גייט אַרויס אויף פּויליש, ענגליש און אויף דער אָריגינעלער שפּראַך פֿון די וווּנדער־דערציילונגען. דערווײַל האָבן די באַטייליקטע אינעם פּראָיעקט, אָנהייבנדיק פֿונעם יאָר 2012, געשאַפֿן אַנימאַציעס אויפֿן סמך פֿון סענעגאַלישן, ציגײַנערישן, אוקראַיִנישן, וויעטנאַמישן און ייִדישן פֿאָלקלאָר. בשותּפֿות מיט דער אַסאָציאַציע פֿון די פּוילישע קראָים, האָבן זיי אויך פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿילם די קאַראַיִמישע לעגענדע וועגן דעם וווּנדער־פֿערד פֿונעם פֿירשט וויטאָלד, געשפּילט אויף דער אָריגינעלער שפּראַך פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע קראָים, ענלעך צו טערקיש. די קולטור־אַסאָציאַציע, וועלכע פֿאַרנעמט זיך מיטן פּראָיעקט, האָפֿט אײַנצופֿירן די פֿילמען אין די פּוילישע קינדערגאָרנטס און שולן, כּדי צו באַקענען די קינדער מיט דער פֿאַרשיידנאַרטיקייט פֿונעם מענטשלעכן לעבן. אויף דער וועבזײַט פֿונעם קאָלעקטיוו Odrobina Kultury („אַ שטיקל קולטור‟) זענען אויסגעשטעלט, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, פֿאַרשיידענע מאַטעריאַלן וועגן די שפּראַכן פֿון די אַנימאַציע־פֿילמען, אַרײַנגערעכנט דעם ייִדישן אַלף־בית, דאָס ליד „בולקעס‟ און אַ קליינעם וואָקאַבולאַר פֿון די ייִדישע ווערטער, וואָס ווערן דערמאָנט אינעם נײַעם אַנימאַציע־פֿילם.

דעם ייִדישן טעקסט פֿונעם סצענאַר לייענט קאָבי (יעקבֿ) ווײַצנער, וועלכער האָט אויך צוגעגרייט אַ העברעיִשע ווערסיע פֿונעם פֿילם. הרבֿ יואל־חיים נאָוויצקי האָט אָנגעפֿירט מיטן קולטורעלן אַספּעקט פֿונעם פֿילם, כּדי צו פֿאַרזיכערן דעם אויטענטישן כאַראַקטער פֿון די ייִדישע פּערסאָנאַזשן. אַחוץ די פֿיל־שפּראַכיקע פֿילמען, פֿאַרנעמט זיך דער קאָלעקטיוו מיט אַ צאָל אַנדערע פּראָיעקטן. למשל, זיי גיבן די לערער אַן עצה צו ברענגען אין זייערע שולן אַ חנוכּה־לאָמפּ, אַפֿריקאַנער מאַסקעס און די הילצערנע שפּײַז־שטעקעלעך, כּדי צו ווײַזן אויף אַ פּראַקטישן און צוטריטלעכן אופֿן, ווי אַזוי די וויעטנאַמער באַגייען זיך אָן אַ גאָפּל. אַ טייל פֿונעם געלט אויפֿן אַנימאַציע־פּראָיעקט באַקומען די שאַפֿער פֿון דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אין וואַרשע.