לעצטנס האָבן עטלעטכע ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס און ייִדיש־קולטור־טוער באַקומען גאָר אַן אומדערוואַרטע ידיעה דורך אַ בליצבריוו, מעלדנדיק, אַז אַן אַקאַדעמישער פֿאַרלאַג אין שוועדן גיט אַרויס אַ נײַע אויפֿלאַגע פֿון ישׂראל־יהושה זינגערס ראָמאַן „יאָשע קאַלב‟ אויף ייִדיש.
דער בריוו, וואָס עס האָט אַרויסגעשיקט דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון Wisehouse Publishing, ד״ר סעם וואַסעגי, האָט פּשוט דערקלערט, אַז מע קען שוין קויפֿן דאָס בוך דורך דער אינטערנעץ־קראָם „עמעזאָן‟ און עס באַשטעלן דורך אַ ריי ביכער־קראָמען. דער קורצער בריוו האָט אויך איבערגעגעבן, אַז דער פֿאַרלאַג וועט אין גיכן אַרויסגעבן נאָך טיטלען פֿון ישׂראל־יהושה זינגער אויף ייִדיש.
פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס אַרויסגעבן הײַנט אַ בוך אויף ייִדיש, מחוץ דער חסידישער וועלט, איז ניט קיין געוויינטלעכע דערשײַנונג, ווײַל די צאָל פּאָטענציעלע קונים איז גאָר אַ באַגרענעצטע. האָב איך זיך פֿאַרבונדן מיטן פֿאַרלעגער, כּדי צו באַקומען מער אינפֿאָרמאַציע וועגן דער פּובליקאַציע און זײַנע ווײַטערדיקע פּלענער מיט ייִדיש.
ד״ר וואַסעגי האָט דערקלערט אין אַ צווייטן בליצבריוו צום „פֿאָרווערטס‟, אַז מע וועט אָפּדרוקן 4,000 עקזעמפּלאַרן פֿונעם בוך, און אַז מע וועט דרוקן מער קאָפּיעס פֿונעם בוך, אויב דער מאַרק וועט פֿאָדערן. ביכער־קראָמען אין אייראָפּע, קאַנאַדע, אויסטראַליע און אַמעריקע קענען שוין באַשטעלן דאָס בוך דורך דער פֿאַרשפּרייטונג־נעץ Ingram.
אויף דער פֿראַגע, ווער עס וועט לייענען דאָס בוך, האָט ד״ר וואַסעגי דערקלערט: „מיר האָבן אין זינען די ייִדיש־לייענער פֿון ייִדישע קהילות איבער דער וועלט, ווי אויך אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס. מיר האָפֿן, אַז די ביבליאָטעקן וועלן אויך אײַנזען די וויכטיקייט פֿונעם טיטל און באַשטעלן דאָס בוך. מיר האָפֿן, אַז די סעריע וועט אויך צוציִען לייענער צו האַלטן אַן אויג אויף דער ייִדישער ליטעראַטור. צוליב דעם, אָבער, וואָס עס איז אַן אויסגאַבע פֿון דער ׳קולטורעלער ירושה׳, וועט די פּובליקאַציע ווײַטער אָנגיין, אַפֿילו אויב עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז דער קאָמערציעלער מאַרק איז שוואַך‟.
אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס דער פֿאַרלאַג Wisehouse האָט באַשלאָסן אַרויסצוגעבן ביכער אויף ייִדיש, האָט ד״ר וואַסעגי דערקלערט: „מיר האָבן אַ טראַדיציע פֿון אַרויסגעבן טראַנס־נאַציאָנאַלע ליטעראַטורן פֿון פֿאַרשידענע שפּראַכן. מיר האַלטן, אַז די ייִדישע ליטעראַטור האָט ניט באַקומען דעם געהעריקן אויפֿמערק פֿון פֿאַרלאַגן אין די לעצטע יאָרצענדליקער. כאָטש עס עקזיסטירן אַרכיוון אויף דער אינטערנעץ, האָבן ניט גענוג מענטשן אָפּגעגעבן כּבֿוד דער דאָזיקער ליטעראַטור און זי איז ניט גענוג צוטריטלעך געדרוקטערהייט‟.
אויף דער פֿראַגע, צי מע האָט רעדאַקטירט דעם טעקסט זינט עס זענען אַרויס פֿריִערדיקע אויפֿלאַגעס, האָט ד״ר וואַסעגי איבערגעגעבן, אַז „די ווערק וועלן זײַן אויטענטיש אַרויסגעגעבן/רעפּראָדוצירט לויט דער אָריגינעלער אויסגאַבע. ס׳איז אָבער ניט אויסשליסלעך, אַז מע וועט ווידער רעדאַקטירן אָדער אַנאָטירן די ווײַטערדיקע אויפֿלאַגעס. עס ווענדט זיך ווי אַזוי דער פּראָיעקט אַנטוויקלט זיך און צי ער ציט צו עקספּערטן‟.
עס זעט אָבער אויס, אַז די ייִדישיסטן אין שוועדן ווייסן נאָך ניט וועגן דער איניציאַטיוו. יאַן שוואַרץ, דער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אין „לונדער אוניווערסיטעט‟, וואָס איז אַקטיוו אין כּמעט אַלע ייִדיש־פּראָיעקטן אינעם לאַנד, וווּ ייִדיש ווערט אָנערקענט דורך דער רעגירונג ווי אַן אָפֿיציעלע שפּראַך, האָט דערקלערט אין זײַן בליצבריוו צום „פֿאָרווערטס‟, אַז ער „האָט ניט קיין אַנונג וועגן דעם. איך האָב קיינמאָל ניט געהערט וועגן דעם פֿאַרלאַג און דעם פֿאַרלעגער‟.
דער טעקסט, וואָס די פֿירמע L’Aleph, וואָס איז אַ טייל פֿון Wisehouse, האָט גענוצט אין איר אויסגאַבע, איז אַ ווידערדרוק פֿון דער אויפֿלאַגע, וואָס דער פֿאַרלאַג „ח. בושאַזאַ‟ האָט אַרויסגעגעבן אין וואַרשע אין 1936. דער זעלביקער פֿאַרלאַג האָט אויך אַרויסגעלאָזט נאָך אַן אויפֿלאַגע פֿונעם זעלביקן ראָמאַן אין 1937.
„יאָשע קאַלב‟ האָט מען לכתּחילה אַרויסגעגעבן אינעם „פֿאָרווערטס‟ אין 1932, און ער איז צום ערשטן מאָל דערשינען ווי אַ בוך אין וואַרשע אין 1933. אינעם זעלביקן יאָר האָט דער אַמעריקאַנער פֿאַרלאַג Schocken אַרויסגעגעבן דאָס בוך אויף ענגליש אונטערן טיטל The Sinners (די זינדיקע). דער ראָמאַן, וועגן אַן אַלטן רבי, וואָס וויל חתונה האָבן מיט אַ יונגער בתולה, איז געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער איבער דער וועלט. נאָך ענגליש איז ער איבערגעזעצט געוואָרן אויף העברעיִש, איטאַליעניש, רוסיש, טשעכיש און האָלענדיש. אויף ייִדיש איז ער געדרוקט געוואָרן צום לעצטן מאָל אין 1956 אין ניו־יאָרק.
חוץ ייִדיש, גיט אַרויס די פֿירמע L’Aleph ביכער אויף ענגליש, דײַטש, שוועדיש און פֿראַנצויזיש. ער האָט אַרויסגעגעבן ביכער פֿון אַזעלכע הײַנטצײַטיקע באַקאַנטע שרײַבער ווי דער בעלגישער ראָמאַניסט אַלבערט רוסאָ און די איראַנישע ראָמאַניסטקע שאַרנוש פּאַרסיפּור, ווי אויך אַ ריי לאַנג־פֿאַרשטאָרבענע שרײַבער, אויף וועמענס ווערק די דרוקרעכט זענען מער ניט חל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.