לכּבֿוד דעם נײַעם יאָר 2016 האָט די וואַרשעווער פֿונדאַציע „נר תּמיד‟ אַרויסגעגעבן א וואַנט־לוח. מילא. יעדע פֿונדאַציע האָט דאָס רעכט צו טאָן וואָס זי וויל. די געלטער פֿאַר דעם דאָזיקן לוח האָט די פֿונדאַציע באַקומען פֿון חשובֿע ייִדישע אַמעריקאַנער פּאַטראָנען. דערפֿאַר איז דאָס ממש אַ וווּנדער צו לייענען, למשל, אַז „תּשליך‟ איז JEWS PRAYING ON THE FESTIVAL OF TRUMPETS (ייִדן דאַווענען אויפֿן פֿעסטיוואַל פֿון טרומייטן). דער בלישטשענדיקער לוח איז דרײַ־שפּראַכיק: פּויליש, ענגליש און ייִדיש. די גרײַזן אין ייִדיש איז נישט ווייניקער ווי גרײַזן אין ענגליש. דער לוח איז באַצירט מיט די בילדער פֿון אַלעקסאַנדער גיערעמסקי, דער געניאַלער פּוילישער מאָלער, וואָס האָט זיך שטאַרק אינטערעסירט מיט דער ייִדישער טעמאַטיק.
דער מחבר פֿונעם טעקסט אינעם לוח דערציילט אונדז, אַז אין אַלגעמיין איז שווער צו זײַן אַ מאָלער. „בכלל אַ משה מיט די מאָלערס איז אַזאַ…‟.
וואָס האָט משה רבינו צו טאָן מיטן פּוילישן מאָלער? כאַפּט נישט. באַלד וועלן מיר אײַך געבן צו פֿאַרשטיין. אַנשטאָט „משה‟ האָט דער מחבר פֿונעם טעקסט געזאָלט שרײַבן, „די מעשׂה‟. דער מחבר האָט געהאַט בדעה צו זאָגן, אַז אַזוי איז שוין די מעשׂה, אָדער בעסער געזאָגט, דער גורל פֿון די מאָלערס בכלל און פֿון גיערעמסקין בפֿרט; זיי שאַפֿן גרויסע ווערק, פֿון דעסטוועגן, לעבן זיי אין גרויסער נויט. פֿון וואַנעט ווייס איך דאָס? ווײַל איך האָב געלייענט דעם אָריגינעלן פּוילישן טעקסט. ווער סע לייענט דעם ייִדישן טעקסט, קען עס בשום־אופֿן נישט פֿאַרשטיין.
דער לוח דערציילט אונדז, אַז „כּמעט קיינער האָט נישט געקויפֿט זײַנע בילדער‟, הייסט עס, אַז דאָס לשון־רבים איז דעם מחבר פֿונעם ייִדישן טעקסט אַ ביסל פֿרעמד. וואָס ווײַטער איז ערגער. דער מחבר גיט אונדז צו וויסן ווי שווער און ביטער איז געווען דאָס לעבן פֿונעם געניאַלן פּוילישן מאָלער. „ער האָט געשלאָפֿן אין אַן אַלמער אויפֿן בוידעם‟. און נאָך און נאָך.
דאָס פּאַפּיר, זאָגן די יעקעס, איז געדולדיק. יעדער איינער קען שרײַבן אויף אים וואָס ער וויל. די צרה איז נאָר, אַז אַנשטאָט אַרויסצוגעבן געלטער אויף ערנסטע זאַכן, ווי ייִדישע דערציִונג פֿאַר קינדער, אָדער הילף פֿאַר נייטיקע ייִדישע זקנים, גיט מען אויס געלט אויף אומנייטיקע און גאַנץ נישט קיין ביליקע פּובליקאַציעס.
די ערד אַרום וואַרשע איז נישט פֿרוכטבאַר. אָפֿטמאָל איז עס פּשוט זאַמד. פּיאַסעטשנאָ איז אַ שטעטל לעבן וואַרשע. פּיאַסעטשנאָ מיינט טאַקע די זאַמדיקע שטאָט אויף פּויליש. די שטאָט חולון לעבן תּל־אָבֿיבֿ האָט אַן ענלעכן נאָמען, ווײַל זי איז אויכעט געבויט געוואָרן אויף חול, דאָס הייסט, זאַמד.
כּמעט אַ האַלב פֿון די תּושבֿים אין פּיאַסעטשנאָ זענען געווען ייִדן. ר׳ קלמן שאַפּיראָ איז געווען דער לעצטער צדיק פֿון דער פּיסעצנער דינאַסטיע. די דײַטשן האָבן אים אומגעבראַכט אין איינעם מיט זײַנע חסידים.
עטלעכע קולטור־טוערס אין פּיאַסעטשנאָ האָבן לעצטנס אַרויסגעגעבן אַ מאַפּע מיט דעם אַזוי גערופֿענעם „קוועסטינג‟, געווידמעט די ייִדן פֿון זייער שטעטל.
וואָס איז אַזוי QUESTING? די אָנטיילנעמער פֿון אַ קוועסטינג באַקומען אַ מאַפּע אין די הענט און זיי דאַרפֿן זוכן באַהאַלטענע ערטער אויף זייער וועג. הייסט עס, אַז קוועסטינג איז אַ מישונג פֿון אַ רעטעניש מיט אַ שפּאַציר, דערצו אַ ביסל געאָגראַפֿיע, אַ קאַפּעטשקע געשיכטע און אַ סך פֿרישע לופֿט. די אָנטיילנעמער אין אַזאַ שפּיל באַקענען זיך אויף אַזאַ אופֿן מיטן ראַיאָן. אָט זענען עטלעכע סטאַנציעס אויפֿן שליאַך פֿון דעם פּיאַסעטשנאָ קוועסטינג: די מיקווה, עטלעכע מצבֿות אויפֿן פּיאַסעטשנער ייִדישן בית־עולם, דאָס הויז פֿונעם פּיאַסעטשנער צדיק און אַזוי ווײַטער.
איינער פֿון די שאַפֿערס פֿונעם פּיאַסעטשנאָ קוועסטינג איז יעזשי דושאַ, וואָס איז 88 יאָר אַלט און געדענקט נאָך דאָס פֿאַרמלחמהדיקע ייִדישע פּיאַסעטשנאָ. דושאַ, מיינט אַגבֿ אויף פּויליש, נשמה. סע ווײַזט זיך אַרויס, אַז דער אַלטער פּאָליאָק פֿאַרמאָגט טאַקע אַ גרויסע, איידעלע נשמה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.