בײַם אָנהייב פֿונעם קומענדיקן ניו־יאָרקער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישע פֿילמען, וועלכער וועט דורכגעפֿירט ווערן אין דער שטאָט פֿונעם 13טן ביזן 26סטן יאַנואַר, וויל מען צום ערשטן מאָל אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן ווײַזן די פּרעמיערע פֿונעם עטיאָפּישן פֿילם „לעמעלע‟. בעת דעם פֿאַרגאַנגענעם קינאָ־פֿעסטיוואַל אין קאַן, מיט אַ האַלב יאָר צוריק, האָט מען צום ערשטן מאָל אין דער 68־יאָריקער געשיכטע פֿונעם חשובֿן קאָנקורס אָפֿיציעל אויסגעקליבן אַ פֿילם פֿון עטיאָפּיע. דעם 27סטן סעפּטעמבער, האָט מען עס געוויזן אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן קינאָ־פֿעסטיוואַל אין חיפֿה.
אין זײַן פֿילם, דערציילט דער רעזשיסאָר יאַרעד זעלעקע פֿון אַדיס־אַבעבע וועגן דעם קליינעם עטיאָפּיש־ייִדישן ייִנגל אפֿרים און זײַן באַליבטער שטוב־חיה, דאָס לעמעלע שוני, וואָס פֿאָלגט אים נאָך איבעראַל ווי אַ הונט. דאָס לעמעלע האָט ער געירשנט פֿון זײַן מאַמען, וועלכע איז אומגעקומען בעת אַ טריקעניש. זײַן טאַטע, אַבֿרהם, באַשליסט זיך איבערצופּעקלען צו זייערע קרובֿים אין אַן אַנדער ווײַטן ראַיאָן, וווּ די נאַטור איז גרינער און שיינער, אָבער די תּושבֿים מוטשען זיך געפֿערלעך פֿון אָרעמשאַפֿט. אין דער נײַער היים וווינט זײַן פֿעטער, שלמה, און זײַן קלוגע און ליבעראַל־געשטימטע טאָכטער ציון, וועלכע האָט ליב צו לייענער וויסנשאַפֿטלעכע זשורנאַלן. וואָס קאָן מען אָבער טאָן, אַז דער פֿעטער וויל שעכטן דאָס לעמעלע, ווײַל אין זײַנע אויגן איז עס בלויז אַ שטיק פֿלייש?
דער פֿילם איז געווידמעט דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין עטיאָפּיע און ווערט געשפּילט אינגאַנצן אויף אַמהאַריש — די טראַדיציאָנעלע שפּראַך פֿון אַ סך עטיאָפּישע ייִדן. די קינאָ־קריטיקער האָבן באַמערקט, אַז די סצענעס, וואָס זשאָזע דישאַיע, אַ באַקאַנטע פֿראַנצויזיש־קאַנאַדישע קינעמאַטאָגראַפֿיסטקע פֿון מאָנטרעאָל, האָט פֿילמירט אויף די פּרעכטיקע בערג אינעם צפֿונדיקן און צענטראַלן ראַיאָן פֿון עטיאָפּיע, האָבן אַן אוניקאַלן אויטענטישן און פֿאַרכאַפּנדיקן טעם. דעם אָנהייבנדיקן רעזשיסאָר, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין דער עטיאָפּישער הויפּטשטאָט און האָט שטודירט אינעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, האָט זיך אײַנגעגעבן צו ווײַזן זײַן לאַנד מיט אַ היימישער פּערספּעקטיוו פֿון אַן עכטן עטיאָפּער; דאָס איז זעלעקעס ערשטע פֿול־מאָסיקע קינאָ־שאַפֿונג.
די ייִדישע צוקוקער באַמערקן באַלד, אַז אפֿרימס מאַמע איז נישט געווען אַ קריסטלעכע פֿרוי. די משפּחה האָט זי אָבער ליב געהאַט און באַטראַכט ווי אַן אייגענע „פֿאַלאַשאַ‟. אין פֿאַרגלײַך מיט ישׂראל, וווּ דאָס דאָזיקע וואָרט טראָגט אַ נעגאַטיווע קאָנאָטאַציע, איז עס אין עטיאָפּיע אַ געוויינטלעכע זעלבסט־אידענטיפֿיקאַציע. אַ סימפּאַטיש מוסולמעניש מיידל איז מסכּים אַכטונג צו געבן אויף אפֿרימס באַליבטער חיה. דער רעזשיסאָר האָט דערקלערט, אַז ער איז אויפֿגעוואַקסן צווישן „שטאַרקע און שיינע עטיאָפּישע פֿרויען‟, וועלכע באַציִען זיך צו אַלעמען מיט אַ סימפּאַטיע; די רעליגיעזע חילוקים שפּילן נישט קיין גרויסע ראָלע אין עטיאָפּיע.
דווקא צוליב דעם, קוקן אַ סך ישׂראלים אויף די עטיאָפּישע אימיגראַנטן מיט אַ חשד. בײַ די ייִדיש־שטאַמיקע קריסטן, באַקאַנט ווי „פֿאַלאַשמוראַ‟, פֿאָדערט מען, זיי זאָלן זיך אָפֿיציעל מגייר זײַן. נישט לאַנג צוריק, אין נאָוועמבער, האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג גוטגעהייסן אָנצונעמען 9,000 נײַע עולים פֿון עטיאָפּיע. צוליב דעם דאָזיקן צופֿאַל, האָט זעלעקעס פֿילם באַזונדערס אויסגענומען בײַ די ייִדישע קריטיקער. די עטיאָפּישע עדה אין ישׂראל באַטרעפֿט בערך 150,000 נפֿשות. דער פֿילם דערציילט אָבער וועגן גאָר אַן אַנדער מין לעבן פֿון עטלעכע טויזנט ייִדן, וואָס וווינען נאָך אַלץ אינעם אָרעמען, אָבער חנעוודיקן, אַפֿריקאַנער לאַנד.
אַמאָל האָבן ייִדן אין עטיאָפּיע גערעדט אויף צוויי אייגענע שפּראַכן — קוואַראַ און קײַלאַ. אַמהאַריש, אַ שפּראַך פֿון בערך 20 מיליאָן נישט־ייִדישע עטיאָפּער, געהערט צו דער סעמיטישער גרופּע און איז ענלעך, אין אַ געוויסער מאָס, צו העברעיִש און אַראַביש. הײַנט ווערט עס באַטראַכט ווי דאָס היימישע מאַמע־לשון פֿון דער עטיאָפּישער ייִדישער עדה, „בית־ישׂראל‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.