די ערשטע טעג פֿון יאַנואַר זענען אין רוסלאַנד טראַדיציאָנעל ניט רײַך מיט געשעענישן; דאָס רובֿ אָרגאַניזאַציעס, בתוכם אויך אַ סך ייִדישע, זענען נאָך אויף די נײַיאָריקע וואַקאַציעס, און דאָס רובֿ מענטשן אַרבעטן ניט.
דאָס נײַע יאָר איז די פּאַסיקסטע צײַט אונטערציִען דעם סך־הכּל צום פֿאַרגאַנגענעם יאָר. אויף דער ייִדישער גאַס איז עס פֿאַרבונדן, קודם־כּל, מיטן עולה זײַן קיין ישראל. די „סוכנות‟ האָט געמאָלדן, אַז די צאָל עולים אין 2015 איז געווען די גרעסטע פֿאַר די לעצטע 12 יאָר. דאָס רובֿ עולים זענען געקומען פֿון פֿראַנקרײַך, אויפֿן 2טן אָרט — אוקראַיִנע, און רוסלאַנד איז אויף דעם 3טן. פֿון רוסלאַנד האָבן הײַיאָר עולה געווען 6,600 מענטשן, וואָס איז אויף 40% מער ווי אין 2014. פֿון רוסלאַנד איז אויך געקומען דער עלטסטער עולה, אַ פֿרוי פֿון 97 יאָר אַלט.
דעם סך־הכּל פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָט אויך געמאַכט דער פֿאָרום „טוריסטישע מאַרשרוטן 2016‟, וואָס אין אים האָבן אָנטייל גענומען די פֿאַרטרעטער פֿונעם פֿליפֿעלד „דאָמאָדיעדאָוואָ‟, פֿון אַוויאַציע־קאָמפּאַניעס און פֿון טוריסטישע אַגענצן. די סטאַטיסטיק ווײַזט, אַז צוליב דעם עקאָנאָמישן קריזיס איז דער אַלגעמיינער שטראָם פֿון די רוסלענדישע טוריסטן געפֿאַלן, און די איינציקע ריכטונג, וואָס ציט נאָך צו די מענטשן, איז ישׂראל. די צאָל פֿון רוסלענדישע בירגער, וואָס האָבן באַזוכט ישׂראל דאָס יאָר, איז געשטיגן אויף 6% (מעגלעך צוליב דעם, וואָס די רוסישע בירגער דאַרפֿן ניט האָבן קיין וויזע, אַרײַנצופֿאָרן קיין ישראל). אין דעם קומענדיקן יאָר פּלאַנירן די אַוויאַציע־קאָמפּאַניעס צו עפֿענען נאָך 11 פֿליִען קיין תּל־אָבֿיבֿ.
צו די אַנדערע נײַעס: אין מאָסקווע בויט זיך אַ נײַע פֿולווערטיקע קהילה פֿון חב״ד אין דער מאָסקווער געגנט סאָקאָלניקי, וווּ עס געפֿינט זיך דער אינסטיטוט פֿאַר מיידלעך „חיה מושקה‟, אַ שיל פֿאַר מיידלעך און אַן אינטערנאַט. דאָרטן האָט זיך אויך געעפֿנט אַ נײַע מיקווה.
נאָך אַן אויפֿטו פֿונעם מאָסקווער חב״ד: עס האָט זיך געעפֿנט אַ נײַער כּשרער פֿליישיקער רעסטאָראַן, וואָס הייסט „מעסטיעטשקאָ‟ (שטעטל). בײַ דער עפֿענונג איז בײַגעווען דער הויפּט־רבֿ פֿון רוסלענדישן חב״ד ר׳ בערל לאַזאַר. דער רעסטאָראַן איז אַ פּרעסטיזשפֿולער, געפֿינט זיך אין סאַמע צענטער פֿון מאָסקווע און אַרבעט ביז חצות אין דער נאַכט.
אָבער די פּראָבלעם פֿון כּשר עסן בלײַבט איינע פֿון די גרעסטע אין דער ייִדישער רעליגיעזער אינפֿראַסטרוקטור. די וואָך האָבן אַ הכשר באַקומען עטלעכע סאָרטן מאַיאָנעז, קאָנסערוון און מילכיקע פּראָדוקטן.
אין די לעצטע טעג פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר איז אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען דער 14טער ניטל־פֿעסטיוואַל פֿון דיגיטאַלע אינטעראַקטיווע אינסטאַלאַציעס, דהײַנו, אַ פֿאַרמעסט צווישן שול־תּלמידים אויף דעם בעסטן ראָבאָט. דעם הויפּט־פּריז האָט געוווּנען דער תּלמיד פֿון דער ייִדישער שול „אָרט‟ יעגאָר אַלעקסאַנדראָוו. ער האָט געשאַפֿן אַ ראָבאָט, וואָס העלפֿט לערנען זיך און לערנען די קינדער צו שפּילן שאַכמאַט. דער בחור האָט געזאָגט, אַז די אידעע איז אים אײַנגעפֿאַלן, ווען ער האָט געזען אַ שאָך־לימוד אין קינדער־גאָרטן, וואָס איז געווען ניט אינטערעסאַנט פֿאַר די קינדער. יעגאָר אַלעקסאַנדראָוו האָט געוואָלט, אַז די קלוגע שפּיל זאָל פֿאַרכאַפּן די קינדער, און האָט אויסגעטראַכט און אַליין געמאַכט אַ ראָבאָט, וואָס נעמט די פֿיגורן, שטעלט זיי איבער אויפֿן טאָוול און אַזוי ווײַטער. יעגאָר האָט אויך צוגעגרייט אַ קורצן פֿילם, וואָס דערציילט וועגן זײַן ראָבאָט.
דער קאָנגרעס פֿון ייִדישע קהילות פֿון רוסלאַנד האָט דערקלערט וועגן זײַן באַטייליקונג אין אַן אויפֿטו פֿון דער אייראָפּעיִשער רבנים־אסאָציאַציע. די אַסאָציאַציע פֿירט דורך אַ פֿאַרמעסט פֿון „אײַ־טי‟־פּראָיעקטן. געווינען וועלן די פּראָיעקטן, וואָס קענען בײַטן דאָס לעבן צום גוטן און פֿירן צום „תּיקון־עולם‟. די זשורי שליסט אײַן אי רבנים, אי געשעפֿטס־לײַט פֿון רוסלאַנד, ישׂראל און אייראָפּע. באַטייליקן זיך אין דעם פֿאַרמעסט קענען אַלע מענטשן, ניט געקוקט אויף זייער רעליגיעזער און נאַציאָנאַלער געהעריקייט. דאָס יאָר זענען ביזן פֿינאַל־שטאַפּל דערגאַנגען 3 פּראָיעקטן: אַ פּראָגראַם פֿאַר פֿאָרשן דעם אַמיאָטראָפֿישן סקלעראָז (ALS); אַ פּראָגראַם, וואָס העלפֿט נעווראָטישע מענטשן באַהאַנדלען די אויפֿרעגונגען און בײַטונגען פֿון שטימונג און באַקעמפֿן דעפּרעסיע; און אַ פּראָגראַם, וואָס העלפֿט לערנען מיט די קינדער ייִדישע געשיכטע און טראַדיציע.
די ערשטע פּרעמיע באַטרעפֿט 26 טויזנט אייראָ, די צווייטע און די דריטע — 18 טויזנט. דער געווינער וועט דערקלערט ווערן דעם 10טן יאַנואַר אין לאָנדאָן.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: דער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט די נײַע אויסגאַבע פֿון אַלאַן איסלערס ראָמאַן „דער בן־מלך פֿון וועסט־ענד‟- מכּלומרשט זכרונות פֿון אַ שרײַבער, וואָס האָט אַ מאָל געלעבט אין שווייץ, איז געווען נאָענט צום דאַדאַיִסטישן קרײַז, האָט געהאַט חבֿרים־ייִדן, און האָט זיי איבערצײַגט ניט אַוועקצופֿאָרן פֿון נאַצישן דײַטשלאַנד. דאָס בוך איז אַרויס אין ניו־יאָרק אין 1994 און האָט באַקומען די נאַציאָנאַלע ייִדישע ביכער־פּרעמיע. די צווייטע רוסישע אויסגאַבע גייט אַרויס אין אַ רעדאַגירטער איבערזעצונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.