ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

דרײַ ביכער פֿון ייִדישע מחברים אין אַ שפּאַנישער איבערזעצונג: משה קולבאַקס „מאָנטיק‟, דוד בערגלסאָנס „אַרום װאָקזאַל‟ און ישׂראל ראַבאָנס „די גאַס‟
דרײַ ביכער פֿון ייִדישע מחברים אין אַ שפּאַנישער איבערזעצונג: משה קולבאַקס „מאָנטיק‟, דוד בערגלסאָנס „אַרום װאָקזאַל‟ און ישׂראל ראַבאָנס „די גאַס‟

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published January 07, 2016, issue of February 05, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

דרײַ ייִדישע שרײַבערס איבערגעזעצט אויף שפּאַניש

דער פֿאַרלאַג „עוטעלעקיאַ‟, אין מאַדריד, שפּאַניע, האָט פּובליקירט אין זייער סעריע „קרײַז פֿון פֿאַרגעסענע שרײַבערס‟ דרײַ ביכער פֿון ייִדישע מחברים אין אַ שפּאַנישער איבערזעצונג.

משה קולבאַקס „מאָנטיק‟, דוד בערגלסאָנס „אַרום װאָקזאַל‟ און ישׂראל ראַבאָנס „די גאַס‟ זײַנען איצט צוגענגלעך צו דעם לייענער, װאָס קען ניט קיין ייִדיש. יעדעס בוך, פּרעכטיק אַרויסגעגעבן, האָט אַן אַרײַנפֿיר, אַ גלאָסאַר און אַן אויספֿיר פֿון דער איבערזעצערין חנה אומאַנסקי. כאָטש אַ סך פֿון די פֿאַרטײַטשטע װערטער זײַנען טעותדיקע, זײַנען די איבערזעצונגען בדרך־כּלל געלונגענע. מיר װייסן דאָך, אַז „אַן איבערזעצער איז אַ פֿאַררעטער‟ („טראַדוטאָרע, טראַדיטאָרע‟, װי מען זאָגט אויף איטאַליעניש), איז אָט די אונטערנעמונג ביז גאָר װיכטיק, װײַל מען שטעלט צו דער דיספּאָזיציע פֿון לייענער, דרײַ פּראָמינענטע שרײַבערס, מיט װעלכע די ייִדישע ליטעראַטור דאַרף זיך ניט שעמען, אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע ליטעראַטורן. קולבאַק און בערגעלסאָן פֿאַרנעמען אַ װיכטיק אָרט, אָבער דאָס דערנענטערן ראַבאָנען איז שוין אַן אויפֿטו, בפֿרט װען דער ייִדישער לייענער װאָלט אים באַדאַרפֿט לייענען אין אָריגינאַל און שעפּן פֿון אים נחת.


עס וועט אָנגיין אַ נײַע אויספֿאָרשונג פֿון פֿאַרשלעפּטע פֿאַרברעכנס

מאַריאָ צימאַדעװילאַ, װאָס פֿירט אָן מיט דעם נאָרװאָס געשאַפֿענעם דעפּאַרטאַמענט, כּדי אויסצופֿאָרשן דעם אַטענטאַט אויף דער קהילה און דעם פּראָקוראָר ניסמאַנס טויט, האָט זונטיק, דעם 4טן יאַנואַר דערקלערט, אַז די רעגירונג טוט אַלץ צו דערגרייכן רעזולטאַטן און האָפֿט, אַז אין גיכן װעט ער האָבן גענוג ידיעות צו אינפֿאָרמירן דער עפֿנטלעכקייט. „מיטן פּרעזידענט מאַוריציאָ מאַקרי האָבן זיך געביטן די פּאַראַדיגמען, און מיר װעלן גיין ביזן סוף. די פֿריִערדיקע רעגירונגען האָבן אַ סך פֿאַרדעקט‟. ער האַלט, אַז דאָס װאָס די ריכטערין פֿאַביאַנאַ פּאַלמאַזשיני האָט באַזײַטיקט די פּראָקוראָרין װיװיאַנאַ פֿײַן פֿון דער אויספֿאָרשונג פֿון ניסמאַנס טויט, איז ביז גאָר װיכטיק צוצוקומען צום אמת.


צי וועט ווידער דערשינען היטלערס „מײַן קאַמף‟?

די נאַציאָנאַליסטישע אַנטיסעמיטישע קרײַזן גרייטן זיך שוין אַרויסצוגעבן אַ נײַע אויפֿלאַגע פֿון היטלערס בוך „מײַן קאַמף‟, װאָס ער האָט אָנגעשריבן צװישן 1924 און 1925, װען ער איז געזעסן אין תּפֿיסה. 70 יאָר נאָך דעם סוף פֿון קריג װעט דאָס בוך זײַן פֿרײַ פֿון רעכט און מען װעט עס קענען איבערדרוקן. די אָנפֿירער פֿון דער קהילה האָבן זיך שוין געװאָנדן צום יוסטיץ־מיניסטער מיט דער בקשה, אַז דער פֿאַרװער צו דרוקן דאָס בוך זאָל װײַטער אָנגיין אין אַרגענטינע.


דער הספּד פֿון דעם אַרגענטינער שרײַבער מאַרסעלאָ בירמאַכער

דער ייִדישער־אַרגענטינער שרײַבער מאַרסעלאָ בירמאַכער האָט שבת, דעם 2טן יאַנואַר, אין אַן אַרטיקל, פּובליקירט אין דער פֿאַרשפּרייטסטער אַרגענטינער צײַטונג „קלאַרין‟, מספּיד געװען זײַן ברודער עדואַרדאָ, װאָס איז דערהרגעט געװאָרן אין אַ טעראָריסטישער אַטאַקע אין ירושלים. ער האָט באַשריבן זײַנע קינדער־יאָרן אין דער ייִדישער געגנט „אָנסע‟; זײַן קאַמף פֿאַר שלום אויף דער װעלט, פֿאַרשפּרייטנדיק דאָס געבאָט פֿון נישט גנבֿענען, נישט הרגענען און זאָגן כּסדר דעם אמת. דערפֿאַר האָבן אים דערהרגעט די געצנדינער, װאָס אַרט זיי נישט זייער לעבן. פּונקט װי די נאַציס, װען די סאָװעטישע אַרמיי האָט אַװאַנסירט, אַנשטאָט צו אַנטלויפֿן, האָבן זיי זיך פֿאַרזאַמט און װײַטער געהרגעט ייִדן. „װען ער איז געװאָרן אַ שטרענג רעליגיעזער מענטש, זײַנען אים שװער אָנגעקומען די אָפֿטע באַזוכן, אָבער מיר האָבן אָפּגערעדט זיך צו טרעפֿן, וווּ מען האָט זיך יאָ געקענט טרעפֿן, און מיר האָבן געפֿונען אַ געמיינזאַמע שפּראַך.‟ אַזאַ שפּראַך דאַרף מען געפֿינען, האָט ער געשריבן, צו דערנענטערן דעם שלום, מען זאָל אָנערקענען די ייִדישע מדינה, און די פּאַלעסטינער פֿירערס זאָלן אויפֿהערן צו סטימולירן דעם טויט.


דער פּראָיעקט „לגור־װוינונג‟

די בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט פּרעזענטירט דעם פּראָיעקט „לגור־װוינונג‟, װאָס גיט די מעגלעכקייט צען ייִדישע היימלאָזע משפּחות, אַ טייל פֿון זיי אין שוידערלעכע אוממענטשלעכע באַדינגונגען, צו באַקומען אַ דירה. אַ יאָר צײַט װעלן די משפּחות קענען װוינען אומזיסט אין די דירות און די פּראָפֿעסיאָנאַלן פֿון דער קהילה װעלן כּסדר באַגלייטן די משפּחות, און זיי העלפֿן פֿאַרבעסערן זייער לאַגע.


אַ בוך וועגן ייִדן בעת דער צײַט פֿון מיליטערישער דיקטאַטור

„אַסערװאָ קולטוראַל‟ (קולטורעלע ירושה), דער פֿאַרלאַג, װאָס האָט אַרויסגעגעבן װיכטיקע ביכער אויף שפּאַניש װעגן ייִדישער טעמאַטיק און פּובליקירט אַן אינטעגראַלע איבערזעצונג פֿון תּלמוד, האָט אָנגעהויבן צו פֿאַרשפּרייטן אין די בוכהאַנדלונגען אַ נייטיק בוך פֿון איבער 400 זײַטן אויף צו פֿאַרשטיין, װאָס איז געשען מיטן ייִדישן ייִשובֿ בעת דער מיליטערישער דיקטאַטור. אַבֿרהם בייגעל־בר־גיל האָט אָנגעזאַמלט אינטערװיוען און דאָקומענטן אין זײַן בוך „נישט שװײַגן און נישט פֿאַרגעסן, ייִדישע עדות אין די יאָרן פֿון דער דיקטאַטור אין אַרגענטינע (1976־1983)‟.


אינעם שטאָטישן חורבן־מוזיי

מאָנטיק, דעם 4טן יאַנואַר איז געשלאָסן געװאָרן אין „האָלאָקאַוסט מוזיי‟ פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס, די אויסשטעלונג, װאָס תּלמידים פֿון 11טן און 12טן קלאַס פֿון דעם חינוך־צענטער „תּורתינו‟ האָבן צוגעגרייט צו דערמאָנען די 70 יאָר פֿון דער באַפֿרײַונג פֿון אוישװיץ. די אויסשטעלונג איז באַזוכט געװאָרן פֿון זייער אַ סך מענטשן; און אַפֿילו סטודענטן פֿון דער פֿעדעראַלער פּאָליציי האָבן באַקומען לעקציעס אויף דער טעמע, בעת זייער באַזוך.