מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט דער זשורנאַל Aschkenas, וואָס גייט אַרויס אין דײַטשלאַנד, פֿאַרעפֿנטלעכט מײַן אַרטיקל, וואָס הייסט, The Stalin Constitution on Trial in the Yiddish Daily Newspaper Forverts (די סטאַלין־קאָנסטיטוציע ווערט געמישפּט אין דער ייִדישער טאָג־צײַטונג „פֿאָרווערטס‟). גאָר אַ ביסל האָב איך וועגן דעם ענין געשריבן אויך אין „פֿאָרווערטס‟ — זען //yiddish2.forward.com/node/3963. די דיסקוסיע אינעם אַלטן „פֿאָרווערטס‟, וואָס האָט זיך געפֿירט אין יענער צײַט, האָט געוויזן, אַז התפּעלות פֿון דער קאָנסטיטוציע איז געווען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר אַ היפּשן חלק לייענער פֿון דער צײַטונג.
סײַ אויף ענגליש, סײַ אויף ייִדיש האָב איך דעמאָלט פֿאַרזען אַזאַ זאַך: דעם 30סטן נאָוועמבער 1936, גראָד אין דעם יאָר, ווען מע האָט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געמאַכט אַ ריזיקן טאַראַראַם אַרום דעם אָננעמען די נײַע קאָנסטיטוציע, האָט אין דער צענטראַלער סאָוועטישער צײַטונג „פּראַוודאַ‟ (אמת) זיך באַוויזן סטאַלינס אַרויסזאָגונג מכּוח אַנטיסעמיטיזם. די ווערטער האָבן זיך, פֿאַרשטייט זיך, צעפֿלויגן איבער דער וועלט און אונטערגעוואַרעמט די פּראָ־סאָוועטישע געפֿילן, וועלכע זײַנען געווען גאַנץ שטאַרק צווישן די ייִדישע אימיגראַנטן.
סטאַלינס אַרויסזאָגונג גופֿא איז צו יענער צײַט שוין געווען כּמעט זעקס יאָר אַלט; אָבער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז זי פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן צום ערשטן מאָל, און אויך אַזוי, אַז עס זאָל זיך ניט שטאַרק וואַרפֿן אין די אויגן — ווי אַ ציטאַט אין אַ לאַנגער רעדע פֿון וויאַטשעסלאַוו מאָלאָטאָוו — דעם זעלבן, וואָס וועט אין יאָר 1939 אונטערשרײַבן דעם טרויעריק באַוווּסטן אָפּמאַך מיט דײַטשלאַנד. אין 1936 האָט זיך נאָך קיין ליבע צווישן מאָסקווע און בערלין ניט צעברענט, און מאָלאָטאָוו האָט געבראַכט סטאַלינס ווערטער ווי אַ באַווײַז פֿונעם אונטערשייד אין דער באַציִונג צו ייִדן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און אין דײַטשלאַנד.
סטאַלינס ווערטער וועגן אַנטיסעמיטיזם זײַנען דאַטירט מיטן 12טן יאַנואַר 1931, דאָס הייסט, מיט קאַרגע 85 יאָר צוריק. די איניציאַטיוו פֿון ווענדן זיך צו סטאַלינען איז געקומען פֿון באָריס סמאָלאַר, וואָס איז דעמאָלט געווען דער מאָסקווער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער ייִדישער טעלעגראַפֿישער אַגענטור, און האָט אויך אָפֿט געשריבן ספּעציעל פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟.
איך האָב אַ מאָל געלייענט סמאָלאַרס זכרונות וועגן דער צײַט, וואָס ער האָט פֿאַרבראַכט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און כ’געדענק, אַז דער מחבר האָט זיך כּסדר באַרימט מיט זײַנע אויפֿטוען, גלײַך ווי ער האָט געהאַט אַ השפּעה אין די קאָרידאָרן פֿון דעם סאָוועטישן רעגירונג־אַפּאַראַט. אַ סבֿרא, אַז ניט אַלץ איז געווען פּשוט באַרימערײַ, עפּעס קאָנטאַקטן האָט סמאָלאַר דאָרט פֿאָרט אָנגעקניפּט און זײַן בקשה צו באַקומען סטאַלינס מיינונג איז טאַקע רעאַליזירט געוואָרן. צוריק גערעדט, לייגט זיך מער אויפֿן שׂכל, אַז די בקשה איז געקומען אין אַזאַ מאָמענט, ווען סטאַלין און זײַנע עצה־געבערס האָבן באַשלאָסן, אַז דאָס איז געווען אַ גוטער אײַנפֿאַל — אָפּצופּסקענען אַנטיסעמיטיזם.
דעם 17טן יאַנואַר 1931, האָט צבֿיון (בן־ציון האָפֿמאַן), איינער פֿון די פֿירנדיקע „פֿאָרווערטס‟־זשורנאַליסטן, ציטירט סטאַלינס ווערטער: „אַנטיסעמיטיזם איז אַן עקסטרעמער אויסדרוק פֿון ראַסן־האַס, און איז דעריבער די געפֿערלעכסטע ירושה פֿון די צײַטן, ווען מענטשן האָבן געגעסן איינער דעם אַנדערן. דער נאַציאָנאַלער האַס בכלל איז אַ ירושה פֿון די מענטשן־פֿײַנדלעכע זיטן, וואָס האָבן עקזיסטירט אין דער צײַט פֿון קאַניבאַליזם.‟
ס’איז קלאָר, אַז אָט די ווערטער האָט מען מחוץ סאָוועטן־פֿאַרבאַנד ציטירט הונדערטער מאָל, אויף פֿאַרשיידענע לשונות. באַזונדערס איז עס געווען צום האַרצן די ייִדישע קאָמוניסטן. אָבער אַפֿילו צבֿיון, וואָס האָט קיין סימפּאַטיעס צו קאָמוניזם ניט געהאַט, האָט זיך ניט אײַנגעהאַלטן פֿון אַ לויב טאָן סטאַלינען:
„מען דאַרף סטאַלינען געבן דעם קרעדיט, אַז ניט בלויז רעדט ער אַזוי וועגן אַנטיסעמיטיזם, נאָר ער האָט אויך אַזוי געהאַנדלט. ער האָט דעם אַנטיסעמיטיזם אין סאָוועט־רוסלאַנד באַקעמפֿט מיט דער גרעסטער שטרענגקייט און ער איז אויך געווען דערפֿאָלגרײַך אין דעם קאַמף. מען הערט אין דער לעצטער צײַט ניט מער וועגן אַנטיסעמיטיזם אין סאָוועט־רוסלאַנד. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק זײַנען די ייִדישע צײַטונגען געווען פֿול מיט באַריכטן וועגן אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אין סאָוועט־רוסלאַנד. אין דעם לעצטן יאָר אָבער, זײַנען מער אַזעלכע באַריכטן ניט געווען. און דאָס איז איינפֿאַך דערפֿאַר, ווײַל עס איז ניטאָ וועגן וואָס צו באַריכטן.‟ איצט ווייסן מיר שוין, אַז דער אַנטיסעמיטיזם איז, אין תּוך אַרײַן, ניט פֿאַרשוווּנדן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. מע האָט אים פֿאַרטריבן פֿון דער עפֿנטלעכקייט; אָבער ער וועט זיך ווידער באַווײַזן אויף דער אייבערפֿלאַך, אָפֿט מאָל אין אַ שרעקלעכער פֿאָרעם, ווען די מלחמה וועט קומען אין סטאַלינס לאַנד. און נאָך דער מלחמה וועט דער זעלבער סטאַלין ווײַזן אַ באַציִונג צו ייִדן פֿון גאָר אַן אַנדער מין. אָבער דערווײַל — אין 1931 און 1936 — האָט דער מצבֿ אויסגעזען גאַנץ סימפּאַטיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.