דאָס וואָרט „שטאַט‟ מיט אַלע זײַנע קרובֿים

The Word "State" and Its Many Cousins


פֿון הערשל גלעזער

Published January 10, 2016, issue of February 05, 2016.

אין אַ פֿריִערדיקן אַרטיקל האָבן מיר דערמאָנט דאָס פּוילישע pan, וואָס איז נישט נאָר „האַר“ (וועגן גאָט, ווי אויך וועגן אַ מענטש), נאָר אויך דער שורש פֿון „מלוכה“. państwo איז סײַ „חשובֿע פֿרײַנד“ (אַ פּאָרפֿאָלק צי אַ גאַנצער עולם), סײַ „מלוכה“; państwowość איז „מלוכהשאַפֿט“.

אָבער דאָס פֿאַרשפּרייטסטע וואָרט אין שײַכות מיט „מלוכה“ איז, פֿאַרשטייט זיך, state (ענגליש), état (פֿראַנצייזיש), Staat (דײַטש), stato (איטאַליעניש), stát (טשעכיש) אאַז”וו. וווּ מע גייט און וווּ מע שטייט באַגעגנט מען אָט דאָס וואָרט מיט זײַן משפּחה, וואָס זי איז אַ גאָר־גאָר גרויסע. דערמיט שוויבלט און גריבלט גאַנץ אייראָפּע.

סע וואַקסט, פֿאַרשטייט זיך, פֿון לאַטײַן (וואָסערע ווערטער וואַקסן נישט פֿון לאַטײַן? נאָר די, אַ פּנים, וואָס וואַקסן פֿון גרעקיש…). אַ רשימה מיט בלויז ענגלישע ווערטער פֿון דעם שורש ציט זיך אָן אַ סוף: state, stable, status, stage, station, rest, contrast, statistic, constant, circumstances, instant, substance, assist, institute, destiny און נאָך און נאָך.

אין אַ קליינער מאָס האָט מאַמע־לשון אויסגעמיטן אָט די ווערטער: אויף destiny זאָגן מיר דאָך „גורל“, אויף assist — „העלפֿן“. מיט דער פֿאַרפֿלייצונג פֿון אַזוי גערופֿענע „אינטערנאַציאָנאַליזמען“ זענען, אָבער, יאָ צוגעקומען אַ סך: „סטאַטוס, סטאַדיע, סטאַ(נ)ציע, קאָנטראַסט, סטאַטיסטיק, סובסטאַנץ, אינסטיטוט“ — בדרך־כּלל דורך פּויליש, רוסיש אָדער דײַטש. אויב, אָבער, מיר האָבן נישט circumstances, נאָר „אומשטאַנדן“, איז עס אויך, פֿאַרשטייט זיך, אַ דאַנק דײַטש. און וואָס איז דען „אומשטאַנדן“ — „אומ“ איז circum און „שטאַנדן“ איז stances!

איצט הערט פֿון וואַנעט ס’האָבן זיך גענומען ס׳וויכטיקסטע ווערטער, וואָס זענען צון אונדז אַרײַן.

קודם־כּל, האָט ייִדיש געירשנט פֿונעם מיטל־עלטערישן דײַטש דעם ווערב „שטיין“, וואָס קער זיך אָן אַ נאָענטער קרובֿ מיטן לאַטײַנישן שורש. אויך ס’וואָרט „שטאָט“ וואַקסט, אַ פּנים, פֿונעם זעלביקן מקור. און אויב מע פֿרעגט אײַך פֿאַר וואָס אין שיל האָט אַ גבֿיר אַ שטאָט בײַ דער מיזרח־וואַנט, קענט איר ענטפֿערן, אַז איידער „שטאָט“ איז געוואָרן דאָס וואָס ס’איז הײַנט, איז עס געווען טײַטש פּשוט „אָרט, פּלאַץ“. נישט אומזיסט האָט, אַ שטייגער, טשעכיש כּמעט ס’זעלביקע וואָרט פֿאַר ביידע: město „שטאָט“ אַקעגן místo „אָרט“. דאָס ייִדישע „אַנשטאָט“ און „שטאָטס“ איז אויף דעם אויך אַן אָנצוהערעניש: דאָס ענגלישע instead האָט דאָך אין זיך stead, אַן אַלטלעך וואָרט פֿאַר „אָרט“. אויב אויף ענגליש וויל מען אַרויסווײַזן אַ ביסל הויכע קולטור (מישטיינס געזאָגט), קען מען אויך ניצן ס׳האַלב פֿראַנצייזישע in lieu, וואָס נעמט זיך פֿון אַן אַנדער לאַטײַנישן שורש. אָבער נישט דאָס זענען מיר אויסן.

ערשט אין דער מאָדערנער תּקופֿה איז אַרײַן פֿון דײַטש דאָס וואָרט „שטאַט“, וואָס אויף אַ לײַטיש מאַמע־לשון איז שייך בלויז צו די פֿאַראייניקטע שטאֵטן און אַנדערע פֿעדעראַטיווע מלוכות — אין די אַלטע גוטע צײַטן איז, אָבער, געווען פֿאַרשפּרייט אויך ס’דײַטשמערישע „שטאַט“ פֿאַר „מלוכה“ און „שטאַטסמאַן“ פֿאַר „מלוכה־מאַן“.

אויף ענגליש האָט דווקא state אַזוי פֿיל פֿאַרשיידענע באַטײַטן, אַז ס׳איז אַ שטיקל נס, וואָס ס׳ווערט דערבײַ קיינער נישט צוגעטומלט. אַ צווייטער טײַטש איז, פֿאַרשטייט זיך, „מצבֿ‟ — למשל , state of the union איז „מלוכה־מצבֿ“. דאָס איז, כּידוע, די רעדע וואָס לויט דער קאָנסטיטוציע מוז יעדעס יאָר האַלטן דער פּרעזידענט. פֿאֵראַן אַפֿילו state of the state — „מצבֿ פֿונעם שטאַט“, די רעדע וואָס ס׳האַלט יעדעס יאָר דער גובערנאַטאָר. הייסט עס, אין איין פֿראַזע דאָס זעלביקע וואָרט מיט צוויי אין גאַנצן אַנדערע טײַטשן, און פֿונדעסטוועגן פֿאַרשטייט עס יעדער. כאָטש כ׳מוז מודה זײַן, אַז ס׳ערשטע מאָל האָב איך טאַקע נישט פֿאַרשטאַנען — ס׳צוויייטע מאָל, אָבער, שוין יאָ.

נאָך אַ טײַטש פֿון דעם וואָרט, וואָס געפֿינט זיך אינעם קעפּל פֿון דעם אַרטיקל: Boy, is he in a state!. אינעם נײַעם אַרומנעמיקן ענגליש־ייִדישן ווערטערבוך, וואָס ער וועט מיט גאָטס הילף אַרויס הײַיאָר, ווערט אַזאַ פֿראַזע פֿאַרטײַטשט, „אוי, איז ער אַרײַן אין אַ פּאַניק!“ בשעת איך שרײַב די שורות זיץ איך אינעם שטאַט ניו־יאָרק און דער מצבֿ איז אַ נאָרמאַלער — די שטילקייט פֿונעם 1טן יאַנואַר אין דער פֿרי — נאָר אויב איך גיי אַרײַן אין אַ פּאַניק האָב איך דאָ אין דעם פּאַראַגראַף דרײַ באַזונדערע ייִדישע ווערטער פֿאַר איין־איינציקן ענגלישן וואָרט. אַבי מע מיינט, אַז ענגליש איז אֵזוי רײַך…