די בלאָטעס פֿון סיינט־לויִס

The Swamps of St. Louis


פֿון לייזער בורקאָ

Published January 12, 2016, issue of February 05, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אָפֿט מאָל פֿרעג איך זיך: פֿאַר וואָס האָט סיינט־לויִס ניט קיין מזל? דערנאָך פֿרעג איך זיך ווײַטער: פֿאַר וואָס וווינט דאָרט מײַן טאַטע? אפֿשר וואָלט איך אים געקענט באַזוכן אין פּאַריז אָדער לאָנדאָן — אָדער אין מיאַמי, וווּ ס׳איז כאָטש וואַרעם?

אָבער דעם ענטפֿער ווייס איך שוין: דער טאַטע וווינט אין סיינט־לויִס דווקא דערפֿאַר, ווײַל די שטאָט געפֿינט זיך אין אַזאַ שווערן מצבֿ.

דער טאַטע, דאַרפֿט איר וויסן זײַן, איז אַן אַדוואָקאַט, וואָס אַרבעט לטובֿת אָרעמע־לײַט, וואָס ווערן דיסקרימינירט און באַעוולט, דער עיקר, פֿון דער מלוכה און פֿון די גרויסע פֿירמעס און אינסטיטוציעס. למשל, ווען אַ קינד מיט אַ מום ווערט שרעקלעך באַהאַנדלט אין דער שול — ניט קיין זעלטענע פּאַסירונג, צום באַדויערן, — קען דער טאַטע נעמען די שול אין געריכט, כּדי זי זאָל פֿאַרריכטן די עוולה און צאָלן אַ געהעריקע שטראָף פֿאַר דער מלוכה — און אַ פֿאַרגיטיקונג פֿאַרן באַעוולטן קינד. פֿון דעם דאָזיקן געלט באַקומט דער טאַטע אויך אַ חלק, אַזוי אַז ס׳איז מעגלעך צו פֿאַרדינען אַ ביסל פֿון העלפֿן אָרעמע־לײַט, און דערפֿאַר לוינט זיך אים צו וווינען אין אַ שטאָט ווי סיינט־לויִס, וווּ אַ סך אָרעמע־לײַט ווערן אָפֿט באַעוולט און דיסקרימינירט.

די ירידה פֿון סיינט־לויִס איז אינטים פֿאַרבונדן מיט דער אַמעריקאַנער דעאינדוסטריאַליזאַציע און סעגרעגאַציע. די שטאָט געפֿינט זיך אינעם אָרעמען שטאַט מיזורי, וואָס איז אין דער צײַט פֿונעם אַמעריקאַנער בירגערקריג געווען איינער פֿון די „גרענעץ־שטאַטן‟ — דאָס הייסט, ניט אויפֿן צד פֿונעם „דרום‟, אָבער פֿאָרט מיט אַ סך שקלאַפֿן און מיט אַ געוויסער סימפּאַטיע פֿאַר די רעבעלן. בקיצור, דער ראַסיזם איז טיף אײַנגעוואָרצלט אין מיזורי, און די אָפּזינדערונג פֿון די ווײַסע און שוואַרצע עקסיסטירט ביזן הײַנטיקן טאָג, כאָטש ניט מיט דער זעלבער ברוטאַלקייט ווי מיט אַ יאָרהונדערט אָדער מיט אַ האַלבן יאָרהונדערט צוריק.

ווי אין ניט ווייניק אַמעריקאַנער שטעט, האָבן אַ סך ווײַסע אָנגעהויבן אין די 1940ער יאָרן זיך אַרויסצוציִען און זיך צו באַזעצן אויף די גרויסע שטחים הינטער דער שטאָט. די נײַע שאָסייען האָבן זיי גיך געבראַכט פֿון די פֿאָרשטעט אַרײַן צו דער אַרבעט, אַזוי אַז זיי האָבן מער ניט געמוזט וווינען בשכנות מיט די אָרעמע־לײַט. צוליב דער אָרעמקייט און דער פֿאַרשפּרייטער דיסקרימינאַציע אין די נײַע געגנטן, האָבן די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער געדאַרפֿט בלײַבן אין דער שטאָט, וואָס איז מיט דער צײַט געוואָרן אַלץ „שוואַרצער‟ (הײַנט כּמעט 50%). דער אונטערגאַנג פֿון די אַלטע פֿאַבריקן און דער שטאָט־אינדוסטריע האָט געפֿירט צו אַ מער קאָנצענטרירטער אָרעמקייט און צו אַ העכערער קרימינאַליטעט, וואָס האָט נאָך פֿאַרגיכערט דאָס אַנטלויפֿן פֿון די ווײַסע. און אַזוי איז סיינט־לויִס דערגאַנגען צום איצטיקן טרויעריקן מצבֿ.

מיר דאַכט זיך אָבער, אַז די שטאָט וועט איצט אָנהייבן ווידער — אפֿשר פּאַמעלעך — גיין באַרג־אַרויף. צו ביסלעך קערט זיך אום די ווײַסע באַפֿעלקערונג צום דאַונטאַון, אַ דאַנק דער גענטריפֿיקאַציע און די (ביז פֿערגוסאָן) זיכערערע באַדינגונגען. בשעת דער איצטיקער פֿאַרפֿלייצונג בין איך צוויי מאָל געפֿאָרן מיטן נײַעם טראַמווײַ אַהין און צוריק צום פֿליפֿעלד (ווײַל מײַן עראָפּלאַן איז ניט געפֿלויגן) און ס׳איז מיר טאַקע געפֿעלן געוואָרן — אַ שיין און באַקוועם טראַנספּאָרט־מיטל. הלוואַי וואָלט עס געפֿאָרן אין נאָך אַ פּאָר הונדערט ערטער, וואָלטן אַ סך מענטשן געוואָלט וווינען אין סיינט־לויִס. דערווײַל פֿאָרן דערמיט בלויז אָרעמע־לײַט (און געסט פֿון ניו־יאָרק), אָבער מע קען האָפֿן, אַז דאָס וועט העלפֿן דער שטאָט צו ביסלעך צו קומען צו זיך.

דער דאָזיקער אויפֿבלי — אויב ער וועט קומען — וועט אָבער זיכער נעמען עטלעכע יאָר, און ביז דעמאָלט וועט דער טאַטע אם־ירצה־השם זיך פּענסיאָנירן און לעבן אַ גוטן טאָג. קיין עוולות קעגן אומשולדיקע מענטשן וועלן זיכער ניט פֿעלן!