(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דאָס ייִדישע וואַרשע איז געווען כּמעט דער סימעטרישער היפּוך פֿון דער פּוילישער געזעלשאַפֿט אין יענע יאָרן, באַטאָנט גל־עד. בשעת די פּוילישע סבֿיבֿה איז געווען אולטראַ־נאַציאָנאַליסטיש און אַנטיסעמיטיש, איז די ייִדישע וועלטלעכע קולטור בכלל און מאַנגער בפֿרט געווען אָפֿן און טאָלעראַנט, פֿילפֿאַרביק און טיף מענטשלעך.
מיט אַנדערע ווערטער, גיט אונדז גל־עד צו פֿאַרשטיין, אַז די ייִדישע קולטור צווישן ביידע וועלט־מלחמות איז געווען אַלץ וואָס אייראָפּע פּראָבירט צו שאַפֿן די טעג — אַ כּלל־אייראָפּעיִשע קולטור.
מאַנגער, אין קעגנזאַץ צו באַשעוויסן, למשל, איז די אייראָפּעער ווייניק באַקאַנט. כּדי צו פֿאַרריכטן די דאָזיקע קולטורעלע עוולה, האָט אפֿרת גל־עד אַרויסגעגעבן אַ ריזיק בוך (כּמעט 800 זײַטן).
Niemandssprache - Itzik Manger – ein europäischer Dichter
„נימאַנד‟, מיינט הפֿקר, קיינעמס נישט. גל־עד האָט געמיינט מסתּמא צו זאָגן, אַז ייִדיש איז נישט געווען קיין טעריטאָריעלע שפּראַך, ווי פּויליש אָדער דײַטש. אַ שפּראַך אָן אַ פּאַספּאָרט. אַ הפֿקר־שפּראַך, געמיינט, אין אַ פּאָזיטיוון זין.
דערפֿאַר טאַקע האַלט גל־עד, אַז מאַנגער איז דער סאַמע אייראָפּעיִשער דיכטער; אַ דיכטער, וואָס האָט געשאַפֿן אין אַ כּלל אייראָפּעיִשער שפּראַך. ער איז געווען אַ דיכטער, וואָס האָט באַשריבן די אייראָפּעיִשע פּייזאַזשן פֿון בעסאַראַביע ביזן באַלטישן ים, איבער די קלאַסטראָפֿאָבישע נאַציאָנאַלע גרענעצן. זײַנע תנ״כישע געשטאַלטן האָבן זיך אײַנגעלעבט אויף דער כּלל מיזרח־אייראָפּעיִשער ערד.
נאָכן חורבן מיינט „קיינעמס שפּראַך‟ מסתּמא אויך דער פֿאַקט, וואָס ייִדיש איז געוואָרן די שפּראַך פֿון די אומגעקומענע; פֿון די וואָס זענען שוין, כּמעט אַלע, נישט צווישן אונדז.
גל־עד האַלט, אַז מאַנגער (און דאָ וועלן די ליטוואַקעס בכלל און סוצקעווערס חסידים בפֿרט מסתּמא נישט צושטימען) איז דער גרעסטער פּאָעט אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך.
הגם אַ וועלטלעכער פּאָעט, איז ער, לויט גל־עדן, אַ המשך פֿון דער גרויסער ייִדישער טראַדיציע, וואָס דערלויבט אַ נײַעם פּירוש צו אונדזערע גרונט־טעקטסן, ווי דער תּנ״ך. אַזוי ווי די תּלמודיסטן, האָט מאַנגער געגעבן זײַן נײַעם אינאָוואַטאָרישן פּירוש צו די תּנ״כישע טעקסן ווי, למשל, אין זײַן „מדרש איציק‟.
עס זעט אויס, אַז אין הײַנטיקע טעג שאַדט נישט צו קענען אַ ביסל פּויליש און דײַטש, כּדי צו פֿאָלגן די פֿאָרשונג אויפֿן געביט פֿון ייִדישער ליטעראַטור. ענגליש איז מסתּמא שוין נישט גענוג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.