דער ערשטער ייִדישער פֿילאָסאָף אויף ענגליש

The First Jewish Philosopher in English

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 13, 2016, issue of February 05, 2016.

אין פֿעברואַר, וועט דער פֿאַרלאַג פֿונעם שיקאַגער אוניווערסיטעט אַרויסגעבן די ווערק פֿונעם ערשטן באַקאַנטן ייִדישן פֿילאָסאָף, דאַוד איבן אַל־מוקאַמאַס אָדער אַל־מוקאַמיס, אויפֿן אָריגינעלן ייִדיש־אַראַביש, מיט אַ פּאַראַלעלער ענגלישער איבערזעצונג פֿון שׂרה סטרומסאַ, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים.

די מחברטע ספּעציאַליזירט זיך אין דער מיטל־עלטערלעכער פֿילאָסאָפֿישער ליטעראַטור פֿון ייִדן און מוסולמענער. אַ סך באַרימטע ייִדישע פֿילאָסאָפֿן האָבן געוווינט אין די מוסולמענישע לענדער, געשריבן מיט ייִדישע אותיות אויף אַראַביש און זיך אָפֿט פֿאַררופֿן אויף זייערע איסלאַמישע קאָלעגן — צומאָל צוליב אַן ענלעכן געדאַנקען־גאַנג, צומאָל אין אַ פּאָלעמישן קאָנטעקסט. סטרומסאַס דאָקטאָראַט, פֿאַרטיידיקט אין 1984, איז געווען געווידמעט דעם דערמאָנטן פֿריִיִקן ייִדישן חכם.

אינעם יאָר 1989 האָט די פֿאָרשערין אַרויסגעגעבן אַן איבערזעצונג פֿון אַל־מוקאַמיסעס „20 פּרקים‟ אויף העברעיִש; אין דער נײַער ענגלישער אויסגאַבע ווערט זײַן נאָמען טראַנסקריבירט פֿון אַראַביש ווי אַל־מיקאַמאַס; אינעם ייִדיש־אַראַבישן אָריגינאַל איז נישט קלאָר, ווי אַזוי זײַן נאָמען האָט באמת געקלונגען.

די פֿראַנצויזישע פּראָפֿעסאָרין קאָלעט סיראַ הייבט אָן איר באַקאַנט בוך וועגן ייִדישער מיטל־עלטערלעכער פֿילאָסאָפֿיע, פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1988, פֿון אַ קליינער נאָטיץ וועגן אַל־מוקאַמיס. סיראַ באַקלאָגט זיך, אַז הגם דער דאָזיקער חכם איז געווען דער ערשטער ייִדישער דענקער, וועלכער האָט סיסטעמאַטיש געשריבן אויף פֿילאָסאָפֿישע טעמעס נאָכן אוראַלטן אַלט־גריכישן ייִד פֿילאָן פֿון אַלעקסאַנדריע, זענען זײַנע ווערק נאָך קיינמאָל נישט פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן. סיראַס ווערטער ווערן איבערגעחזרט אין די שפּעטערדיקע ענגלישע און רוסישע איבערזעצונגען פֿון איר בוך. אין דער אמתן, אַ דאַנק סטרומסאַס טעטיקייט, זענען אַל־מוקאַמיסעס „20 פּרקים‟ שוין לאַנג באַקאַנט געוואָרן. די הײַנטיקע אַקאַדעמישע אויסגאַבע דערמעגלעכט דעם ברייטן ענגלישן לייענער זיך צו באַקענען מיט זײַנע ווערק.

אַל־מוקאַמיס, באַקאַנט בײַ ייִדן ווי דוד הבבֿלי, האָט געלעבט אין פּערסיע אינעם 9טן יאָרהונדערט. אין זײַן ביאָגראַפֿיע שפּילגט זיך אָפּ די שטורמישע גײַסטיקע זוכענישן און וואַקלענישן פֿון זײַן תּקופֿה, ווען בײַ ייִדן האָט זיך צעבליט די אַנטי־תּלמודישע באַוועגונג פֿון די קראָיִם. קירקיסאַני, אַ באַקאַנטער קראָיִשער מחבר, דערציילט, אַז אין אַ געוויסן מאָמענט האָט אַל־מוקאַמיס זיך געשמדט און געוואָרן אַ קריסט אונטער דער השפּעה פֿון אַ געוויסן באַרימטן קריסטלעכן פֿילאָסאָף־מיסיאָנער.

שפּעטער, האָט אַל־מוקאַמיס תּשובֿה געטאָן, זיך פֿאַרנומען מיט פּאָלעמישער טעטיקייט קעגן דער קריסטלעכער אמונה און געוואָרן באַקאַנט ווי אַ געטרײַער פֿאַרטיידיקער פֿון ייִדישקייט. דער שפּאַנישער רבֿ און מקובל יהודה ברזילי (באַרזילײַ) ציטירט אַ לשון־קודשדיקע איבערזעצונג פֿון אַל־מאַקאַמיסעס ווערק און באַטאָנט אין זײַן פּירוש אויפֿן „ספֿר־יצירה‟, אַז סעדיע גאָון, איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע פֿילאָסאָפֿן פֿונעם 9טן־10טן יאָרהונדערט, האָט פּערזענלעך געקענט אַל־מאַקאַמיס און געשעפּט בײַ אים פֿאַרשיידענע אידעען פֿאַר זײַנע אייגענע ווערק. אַ טייל היסטאָריקער גלייבן נישט, אַז אַל־מאַקאַמיס איז אַמאָל געווען אַ קריסט און מיינען, אַז ער האָט זיך בלויז געחבֿרט כּסדר מיט די קריסטן.

אַזוי צי אַזוי, ווערן זײַנע ווערק ציטירט אין „חובֿות־הלבֿבֿות‟ און אַנדערע באַקאַנטע ייִדישע ספֿרים. במשך פֿון אַ סך דורות זענען זיי אָבער פֿאַרגעסן געוואָרן ביזן יאָר 1898, ווען אַבֿרהם הרכּבֿי, דער באַקאַנטער רוסלענדישער קענער פֿון מיזרחדיקע שפּראַכן און טעקסטן, האָט אַנטדעקט ס׳רובֿ פּרקים פֿון די אָריגינעלע 20 אין דער פּעטערבורגער צאַרישער ביבליאָטעק. אַ טייל פֿונעם ווערק איז אָבער, צום באַדויערן, פֿאַרלוירן געוואָרן.

אַל־מוקאַמיס ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי דער אורפֿאָטער פֿון דער מיטל־עלטערלעכער ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע. אין פֿאַרגלײַך מיט סעדיה גאָונס „אמונת ודעות‟, זענען אָבער זײַנע „20 פּרקים‟ נישט געוואָרן וועלט־באַרימט אין דער ייִדישער וועלט, הגם אין ביידע ספֿרים טרעפֿן זיך אַ סך נאָענטע פּאַראַלעלן. וואָס שייך דער שפּראַך, שטעלט מיט זיך דאָס ווערק פֿאָר אַ דענקמאָל דער פֿריִיִקער ייִדישער פֿאָרעם פֿון אַראַביש. דער ספֿר איז אויך אינטערעסאַנט ווי די ערשטע „סומע‟ פֿון טעאָלאָגישע דעות, אָנגעשריבן אויף דער אַראַבישער שפּראַך נאָך פֿאַר ענלעכע טעקסטן בײַ די מוסולמענער; די הויפּט־טעמעס אין יעדן פֿון די „20 פּרקים‟ דערמאָנען דעם רמב״מס 13 עיקרי־אמונה.