ס׳איז הײַנט אַ זעלטנקייט צו הערן, אַז מע זאָל רעדן וועגן ייִדיש אויפֿן ראַדיאָ, סײַדן, ווען עמעצער ווי דאָנאַלד טראָמפּ באַנוצט זיך מיט אַ מיאוס וואָרט. דערצו איז דאָס טראַנסמיטירן אַַ שטיקל ליטעראַטור טאַקע אויף ייִדיש, און בפֿרט אויף אַזאַ פּרעסטיזשפֿולער סטאַנציע ווי די „בי־בי־סי‟, באמת אַ יקר־המציאות. אַזוי איז אָבער לעצטנס געשען.
רחל קפֿריסין, די דראַמאַטורגין פֿון דער נײַער ייִדיש־ענגלישער פּיעסע „אַ ברכה‟, האָט גערעדט מיט פּאָול הענלי פֿון דער „בי־בי־סי‟ וועגן איר פּיעסע ווי אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם Weekend. רחל, וואָס איז אַ באַקאַנטע קעגנערין פֿונעם ניט־ערנסטן אופֿן, ווי אַזוי די פּרעסע באַציט זיך צו ייִדיש, האָט פֿאַר איר אויפֿטריט געדאַרפֿט אויסהערן די „חכמות‟ וועגן ייִדיש פֿון אַן אַנדערן גאַסט, וואָס האָט, פֿאַרשטייט זיך, געוווּסט אַ קרענק וועגן מאַמע־לשון. אַ געוועזענער מיטאַרבעטער אין „מוסד‟, וואָס מע האָט פֿאַרבעטן אויף דער פּראָגראַם, כּדי צו באַשרײַבן די לעצטע געשעענישן אינעם מיטל־מיזרח, האָט ער געלאָזט וויסן די צוהערער, אַז כאָטש מע רעדט הײַנט ייִדיש אין פֿאַרשידענע קהילות איבער דער וועלט, שטאַרבט באמת אויס די שפּראַך, ווײַל דער ייִדיש פֿון די פֿרומע ייִדן איז ניט באמת „ציוויליזירט‟ אַזוי ווי דער ייִדיש, וואָס מע האָט גערעדט אין אייראָפּע.
ניט געקוקט אויפֿן ביטול פֿונעם אַנדערן גאַסט, האָט קפֿריסין איבערגעלאָזט זייער אַ גוטן אײַנדרוק אויף פּאָול הענלי נאָך דעם, וואָס זי האָט געענטפֿערט אויף זײַן קלאָץ־קשיא, „פֿאַר וואָס זאָל מען פֿאָרשטעלן אַ פּיעסע אויף אַ שפּראַך, וואָס כּמעט קיינער רעדט ניט?‟ קפֿריסין האָט דערקלערט, אַז ס׳איז ניט קיין באַזונדערע סתּירה פֿאָרצושטעלן אַ פּיעסע אויף אַ שפּראַך, וואָס די צוקוקער קענען ניט, ווײַל מענטשן זעען אַ סך פֿילמען און אָפּערעס, אויף שפּראַכן, וואָס זענען זיי פֿרעמד. דערצו האָט זי דערקלערט, אַז איר פּיעסע, וואָס זי באַשרײַבט ווי אַ „ייִדיש־ענגלישער ראָמאַנס מיט שדים און באַנדיטן‟, איז הײַנט ספּעציעל רעלעוואַנט דעם ברייטערן עולם, ווײַל עס האַנדלט זיך וועגן פּליטים און אַסימילאַציע אין אַ צײַט, ווען פּליטים שטראָמען מאַסנווײַז קיין אייראָפּע. קפֿריסין גיט צו פֿאַרשטיין, אַז כאָטש מע דערמאָנט הײַנט די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה אין אַמעריקע ווי „גוטע פּליטים‟, איז זייער וועג צו דער אַמעריקאַניזאַציע דווקא ניט געווען קיין גרינגע. „די ווירקלעכקייט פֿון זייערע איבערלעבענישן שטימט אין גאַנצן ניט מיט דער געשיכטע, וואָס מיר (אַמעריקאַנער ייִדן) דערציילן זיך אַליין וועגן זיי‟.
נאָכן אויסהערן אַן אויסצוג פֿון דער שפּיל, (פֿאָרגעלייענט פֿון יעלענאַ שמואלענסאָן און שיין בייקער), האָט הענלי געפֿרעגט קפֿריסין וועגן איר אינטערעס צו ייִדיש. קפֿריסין האָט איבערגעגעבן, אַז כאָטש זי איז אויפֿגעוואַקסן אין זייער אַן אַסימילירטער משפּחה אויף „לאָנג־אײַלענד‟, איז „אַרײַן אין איר עפּעס אַ דיבוק‟, וואָס האָט זי געצוווּנגען זיך צו לערנען ייִדיש.
נאָך איר אינטערוויו האָבן די אַנדערע געסט אַ ביסל ווײַטער אַרומגערעדט זייערע אײַנדרוקן פֿון קפֿריסין און איר פּיעסע. כאָטש דער „מוסדניק‟ איז ניט געווען באַזונדערס אימפּאָנירט מיט איר פּראָיעקט, איז דער אַנדערער גאַסט, אַן עקספּערטין אין מערבֿ־אַפֿריקע, געווען גאָר ענטוזיאַסטיש וועגן דעם געדאַנק פֿון שאַפֿן אַ צוויי־שפּראַכיקע שפּיל. אַזוי ווי קפֿריסין טענהט אַליין אין אַ פּאָר פֿון אירע שטורמישע „בלאָג־פּאָסטס‟, האָבן די גויים אָפֿט מאָל אַ בעסערן פֿאַרשטאַנד פֿון דער קולטורעלער ווערט פֿון ייִדיש, ווי די ייִדן אַליין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.