פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה איז פּאַריז געװען די הױפּטשטאָט פֿון קונסטן, װאָס האָט צוגעצױגן באַגאַבטע יוגנט פֿון דער גאַנצער װעלט.
אַ היפּשע צאָל יונגע לײַט זײַנען געקומען פֿון מיזרח־אײראָפּע, און לרובֿ זײַנען זײ געװען ייִדן. דאָס אױפֿלעבן די בילדערישע קונסט אױפֿן שװעל פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט אין די גרױסע שטעט פֿון דער רוסישער אימפּעריע, װי מאָסקװע, פּעטערבורג, קיִעװ, לאָדזש און אָדעס װאָלט ניט געװען מעגלעך אָן די פֿעסטע און נאָענטע קאָנטאַקטן מיט פּאַריז. יונגע טאַלאַנטירטע קינסטלער פֿון װײַסרוסלאַנד און אוקראַיִנע, װי מאַרק שאַגאַל, נתן אַלטמאַן, אָסיפּ צאַדקין און חיים סוטין זײַנען געפֿאָרן קײן פּאַריז, כּדי צו באַקענען זיך מיט די נײַסטע שיטות אין דער מאָדערנער קונסט און אײַנזאַפּן אין זיך די שעפֿערישע אַטמאָספֿער פֿון דער שטאָט.
די ערשטע װעלט־מלחמה און די רוסישע רעװאָלוציע האָבן איבערגעדרײט זײער גורל. אײניקע פֿון זיי האָבן זיך אומגעקערט קײן רוסלאַנד און פּױלן, און זײַנען שוין מער קײן מאָל אין פּאַריז ניט געקומען. אַנדערע זײַנען אויף שטענדיק פֿאַרבליבן אין פֿראַנקרײַך, און נאָר אַ קליינער טייל האָט באַװיזן צו פֿאָרן אַהין און צוריק, לכל־הפּחות אין די ערשטע יאָרן. יעדער קינסטלער האָט געהאַט אַן אײגענעם סטיל און טעמע, װאָס צומאָל האָט ניט געהאַט קײן שײַכות מיט ייִדישקײט. פֿון דעסטוועגן, אַלע אין אײנעם, באַטראַכט מען זײ איצט װי די „ייִדישע שול פֿון פּאַריז‟, װאָס האָט געבליט ביז דער דײַטשישער אָקופּאַציע פֿון פֿראַנקרײַך אין 1940.
אַזױ אַרום מיינט דאָ די דעפֿיניציע פֿון „ייִדישקײט‟ ניט קײן סטיליסטישע אָדער טעמאַטישע קרובֿהשאַפֿט, נאָר דעם געמײנזאַמען גורל, װאָס איז באַשטימט געװאָרן דורך זײער ייִדישן אָפּשטאַם. כּמעט אַ העלפֿט פֿון די דאָזיקע קינסטלער זײַנען אומגעקומען בעתן חורבן, דאָס רעשט האָט זיך געראַטעװעט אין באַהעלטענישן אָדער אַנטלאָפֿן קײן אױסלאַנד. די טראַגישע געשיכטע פֿון דער „פּאַריזער שול‟ איז צום ערשטן מאָל דערצײלט געװאָרן אינעם בוך „אונדזערע פֿאַרפּײַניקטע קינסטלער‟ פֿון הערש פֿענסטער.
פֿענסטער איז געװען אַ מערקװירדיקע פּערזענלעכקײט: אַ פּועלי־ציוניסט און אַנאַרכיסט, אַ ייִדיש־לערער און אַ ייִדישער זשורנאַליסט, אָבער קודם־כּל, אַ הײסער ליבהאָבער פֿון קונסט און אַ ברײטהאַרציקער שטיצער פֿון ייִדישע קינסטלער. בעת דער אָקופּאַציע האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו אַנטלױפֿן קײן שװײץ, און גלײַך נאָך דער באַפֿרײַונג פֿון פּאַריז האָט ער געעפֿנט אַ גאָרקיך פֿאַר פֿאַראָרעמטע און פֿאַרהונגערטע קינסטלער. ער האָט זיך גלײַך גענומען צו זאַמלען מאַטעריאַלן פֿאַר אַ יזכּור־בוך פֿון דער אומגעבראַכטער ייִדישער קונסט אין פֿראַנקרײַך, װאָס ער האָט אַרױסגעגעבן אױף זײַן חשבון אין 1951.
דאָס נײַע בוך פֿון נאַדין נעשאַװער און אירע זין, „ייִדישע קינסטלער פֿון דער פּאַריזער שול‟, איז ממשיך דעם אױפֿטו פֿון פֿענסטער און כיל אַראָנסאָן, װאָס האָט געשילדערט די פּאַריזער ייִדישע קינסטלערישע סבֿיבֿה אין זײַנע לעבעדיקע זכרונות „בילדער און געשטאַלטן פֿון מאָנפּאַרנאַס‟. נאַדין נעשאַװער שטאַמט פֿון אַ משפּחה פֿון קונסט־הענדלער, װאָס ספּעציאַליזירן זיך דװקא אױף דער „פּאַריזער שול‟, און איר בוך איז אַ רעזולטאַט פֿון אַ לאַנג־יעריקער פֿאָרשונג. זי האָט דערגאַנצט און פֿאַרברײטערט פֿענסטערס ביאָגראַפֿישע און ביבליאָגראַפֿישע מאַטעריאַלן, אָבער אָפּגעהיט דעם פֿאָרמאַט פֿון אַ לעקסיקאָן. איר בוך איז כּולל 178 נעמען פֿון ייִדישע מאָלער און סקולפּטאָרן, װעלכע זײַנען געװען טעטיק אין פּאַריז פֿאַרן חורבן. זי האָט אױך צוגעגעבן אַ קורצע הקדמה װעגן דעם אַלגעמײנעם מצבֿ פֿון די יונגע אימיגראַנטישע קינסטלער, זײער סבֿיבֿה און די באַדינגונגען פֿון זײער לעבן און אַרבעט.
װען אַ יונגער קינסטלער פֿון דער ליטע, אוקראַיִנע אָדער פּױלן איז צום ערשטן מאָל געקומען צו פֿאָרן קײן פּאַריז, האָט ער אָפֿטמאָל געהאַט בלױז אײן אַדרעס: דער „בינשטאָק‟. אַזױ האָט מען גערופֿן דעם הױז, װאָס דער פֿראַנצױזישער סקולפּטאָר אַלפֿרעד בושע האָט אײַנגעאָרדנט אין 1902 װי אַ מין קינסטלער־שטעטל, װוּ אַ יונגער קינסטלער האָט געקאָנט ביליק דינגען אַ סטודיאָ. דער „בינשטאָק‟ איז געװאָרן דער צענטער פֿון דער פּאַריזער שול. דאָ האָבן די קינסטלער מאַרעק שװאַרץ, יוסף טשײַקאָװ, פּנחס קרעמען און אַנדערע אַרױסגעגעבן אין 1911–1913 „מחמדים‟, די ערשטע צײַטשריפֿט, געװידמעט דער ייִדישער קונסט.
דער אױפֿבלי פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קונסט װאָלט ניט געװען מעגלעך אָן די קונסט־הענדלער, װאָס זײַנען געװען גרײט צו ריזיקירן מיט זײער געלט און נאָמען לטובֿת די אומבאַקאַנטע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אײראָפּע. אין די אױגן פֿון די פֿראַנצױזישע דעה־זאָגער און פֿײַנשמעקער איז די דאָזיקע קונסט געװען װילד, באַרבאַריש און עם־הארציש, װײַט פֿון דער אײדעלער טראַדיציע פֿון דער פֿראַנצױזישער קונסט. די ערשטע אױסשטעלונגען האָבן גורם געװען סקאַנדאַלן. בערטאַ װײל, די בעל־הביתטע פֿון דער גאַלעריע פֿון מאָדערנער קונסט, דערצײלט װי אין 1917 האָט די פּאָליצײ איר געהײסן אַראָפּצונעמען דאָס „מיסט‟, װי זײ האָבן אָנגערופֿן בילדער פֿון אַמעדעאָ מאָדיליאַני. אָבער אַפֿילו צװישן די פּאָליציאַנטן זײַנען געװען מענטשן, װאָס האָבן גלײַך דערקענט די װערט פֿון דער נײַער קונסט. דער פּאַריזער פּאָליצײ־קאָמיסאַר לעאָן זאַמאַראָן האָט געהאָלפֿן די מיזרח־אײראָפּעיִשע ייִדישע קינסטלער צו קריגן נײטיקע פּאַפּירן אין פֿראַנקרײַך, און איבער די יאָרן האָט ער אָנגעזאַמלט אַ רײַכע קאָלעקציע פֿון זײערע װערק.
נעשאַװערס בוך איז ממש אַן אוצר פֿון מאַטעריאַלן פֿאַר דער געשיכטע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור. עס איז פֿול מיט װערטפֿולער אינפֿאָרמאַציע, ביבליאָגראַפֿישע רעפֿערענצן, און זעלטענע אילוסטראַציעס. עס איז אױך ניצלעך, װײַל דער טעקסט איז איבערגעזעצט אױף ענגליש און רוסיש. און אױב מען װיל װיסן מער װעגן נעשאַװערס גאַלעריע, קאָן מען באַזוכן דאָס װעבזײַטל: www.ecoledeparis.org
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.