דעם זונטיק האָט מען אין „לייוויק־הויז‟, תּל־אָבֿיבֿ, געפֿײַערט די פּובליקאַציע פֿונעם בוך, „בײַם ים און בײַם טײַך‟, אַ זאַמלונג לידער פֿון דער כּמעט־פֿאַרגעסענער פּאָעטעסע ליובע וואַסערמאַן, 40 יאָר נאָך איר פּטירה.
ליובע וואַסערמאַן האָט אָפּגעלעבט אַ פֿול, אָבער שטורמיש לעבן. געבוירן אין 1905 אינעם שטעטל סלאַוואַטיטש, פּוילן, איז זי אין 1925 געקומען קיין ארץ־ישׂראל, געאַרבעט אין די קיבוצים און געהאָלפֿן בויען שאָסייען, אָבער צוליב איר באַטייליקונג אין קאָמוניסטישע מאַניפֿעסטאַציעס קעגן דער ענגלענדישער הערשאַפֿט, איז זי אַרעסטירט געוואָרן און געזעסן אין תּפֿיסה.
אין 1931 האָט זי אַרויסגעלאָזט אַ ביכל לידער אין תּל־אָבֿיבֿ, „פֿאַרנאַכטן‟, און אין 1934 האָט זי זיך אַריבערגעקליבן קיין ביראָבידזשאַן, וווּ זי האָט געאַרבעט אינעם ייִדישן ראַדיאָ, און ווײַטער געדרוקט לידער און דערציילונגען. אין 1950 האָט מען זי אָבער אַרעסטירט און פֿאַרשיקט אין „גולאַג‟. אירע לעצטע יאָרן האָט זי אויסגעלעבט בײַ איר זון אין קעשענעוו, דער מוזיקער — סערגאָ בעגעלסדאָרף.
„בײַם ים און בײַם טײַך‟ איז דאָס ערשטע בוך פֿון אירע לידער, פּובליקירט אינעם ייִדישן אָריגינאַל זינט 1931, הגם אַ סך פֿון אירע ווערק זענען במשך פֿון די יאָרן געדרוקט געוואָרן אין פֿאַרשידענע ייִדישע צײַטשריפֿטן. אַ זאַמלונג פֿון אירע ווערק אין דער רוסישער איבערזעצונג איז אַרויס אין מאָסקווע אין 1965. „בײַם ים און בײַם טײַך‟ איז אַרויסגעגעבן געוואָרן, אַ דאַנק אַ סובסידיע פֿון דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש‟.
אויפֿן באַשיידענעם קבלת־פּנים זונטיק, האָט דער דירעקטאָר פֿון „לייוויק־פֿאַרלאַג‟, וועלוול טשערנין, גערעדט וועגן ליובע וואַסערמאַנס לעבן און ווערק, און די פּאָעטעסע רבֿקה באַסמאַן בן־חיים האָט געלייענט אַ קראַנץ לידער פֿונעם בוך. בענגעלסדאָרף, וועלכער האָט געהאַט צוגעשטעלט אַלע מאַטעריאַלן, האָט האַרציק באַדאַנקט דעם עולם.
דניאל גלאַי, דער פֿאָרזיצער פֿון „לייוויק־הויז‟, האָט געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז ער פֿרייט זיך זייער מיטן בוך, ווײַל „דאָס איז אַ שטיק ייִדישע געשיכטע, אויסגעדריקט דורך די געפֿילן פֿון אַ פּאָעטעסע. די געשיכטע הײַנט־צו־טאָג לערנט מען דאָך נישט דורך די דאַטעס, מלחמות און הערשער, נאָר דורך נאַראַטיוון.‟
ליובע וואַסערמאַנס שילדערונג פֿון ביראָבידזשאַן אין יענע יאָרן איז ספּעציעל רירנדיק, האָט גלאַי באַמערקט. „מע טאָר נישט זאָגן, אַז דער ביראָבידזשאַן־פּראָיעקט איז דורכגעפֿאַלן. מע דאַרף הײַנט וויסן ווי שטאַרק די ייִדן האָבן זיך איבערגעגעבן דעם אידעאַל; ווי זיי האָבן געליבט, געהאָפֿט און זענען, צום סוף, אַנטוישט געוואָרן.‟
דאָס בוך נעמט אַרײַן אַ טייל פֿון די לידער פֿון איר ערשטן בוך, וואָס זי האָט אַרויסגעגעבן אין ארץ־ישׂראל. „זי האָט אַ סך געשריבן וועגן איר לעבן אין תּל־אָבֿיבֿ און ירושלים, וועגן איר אַרבעט אין שפּיטאָל, און וועגן ליבע,‟ האָט בענגעלסדאָרף דערקלערט. „אינעם בוך זענען אויך אַרײַנגעגאַנגען אירע בעסטע לידער פֿון ביראָבידזשאַן און פֿון דער תּפֿיסה. זי איז תּמיד פֿאַרבליבן אַ פּאַטריאָט פֿון ביראָבידזשאַן. אַפֿילו נאָכן באַפֿרײַט ווערן פֿון תּפֿיסה, און שפּעטער, ווען זי האָט שוין געוווינט אין קעשענעוו, האָט זי געשריבן נאָר וועגן ביראָבידזשאַן.‟
אָט איז אַ ליד פֿונעם בוך „בײַם ים און בײַם טײַך‟:
אין תּפֿיסה
איך ווייס אין דרויסן איז שוין פֿרילינג
און דאָ איז שטיינערדיק און קאַלט.
איך ווייס, אין דרויסן ביימער בליִען,
נאָר אויף מײַן קאָפּ אַ שניי איצט פֿאַלט.
איך בין גרוי געוואָרן פֿאַר דער צײַט.
מײַן פּנים — געל, מײַן אויג — פֿאַרטרערט.
דורך דער קליינער תּפֿיסה־שויב
קוקט אַרײַן אַ שטראַל אַהער.
ער זאָגט מיר, אַז אויף יענער זײַט
עס בלאָזט אַ צאַרטער פֿרילינג־ווינט.
ער זאָגט מיר אָן, אַז דאָ ניט ווײַט
עס וואַרט מײַן היים, מײַן מאַן און קינד.
און איך, אַ פֿויגל אין אַ שטײַג
מיט פֿאַרשניטן, קראַנקן פֿליגל
גיי אויס פֿון בענקשאַפֿט שטיל צו אײַך
און זע אין טרוים מײַן קינדער־וויגל.
מײַן איינצל־קאַמער איז חושך שטיל,
אויף מײַן טיר — אַ שווערער שלאָס.
מע האָט צעטראָטן מײַן געפֿיל.
איך פֿרעג — פֿאַר וואָס? איך פֿרעג — פֿאַר וואָס?
נאָך מער אינפֿאָרמאַציע וועגן בוך, גייט צו leyvikmail@gmail.com
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.