די ייִדישע לאָגיק איז אַ פּאַראַדאָקסאַלע זאַך. מיט אַ יאָר צוריק בין איך אין אײנעם פֿון מײַנע אַרטיקלען װעגן דעם „מזל צו האָבן גוטע שכנים‟, געקומען צו אַן אױספֿיר, אַז די קעץ פֿאַרמאָגן אין זיך אַ גענעטישע קרובֿהשאַפֿט צו מאַטעמאַטיק, װײַל זײ פֿרעסן און מערן זיך לױט דער געאָמעטרישער פּראָגרעסיע; און איך, אַ נאַיִװער מענטש, האָב געטראַכט, אַז אױב מע װעט זײ אױפֿהערן צו האָדעװען, װעלן זײ אױפֿהערן זיך צו מערן, און אַ גוטע פּאָר יאָר האָב איך געבעטן אונדזער באַרעמהאַרציקע שכנה די קעצעריניע, זי זאָל כאָטש אױפֿהערן צו האָדעװען די קעץ אונטער מײַן פֿענצטער, װײַל זײ לאָזן מיך ניט לעבן. אַ קרענק… כ׳האָב געהאַט אַ טעות. די קעצעריניע איז שױן ניטאָ אױף דער װעלט, און די קעץ מערן זיך אין דער זעלבער געאָמעטרישער פּראָגרעסיע. איצט קום איך צו אַ צװײטער מסקנא, אַז דאָס איז אַ גענעטישע נטיה, װעלכע האָט גורם געװען דער ישׂראלדיקער קלימאַט, װײַל די סימפּטאָמען פֿון כּלערלײ משוגעתן קען מען זען אין ישׂראל ניט נאָר בײַ די קעץ און קעצעריניעס, נאָר אױך בײַ די, להבֿדיל, מענטשן, װעלכע האָבן דאָ אָפּגעלעבט כאָטש אַ פּאָר טעג.
יאָרן לאַנג האָב איך אַ טבֿע צו לערנען און לײענען בײַם אָפֿענעם פֿענצטער. און פֿאַר װאָס ניט? דער לאַנדשאַפֿט איז אַ שײנער, דער הימל איז נאָענט און די פֿרישע פֿעלדלופֿט קריג איך ממש בחצי־חינם. אמת, די קעץ דערגײען מיר די יאָרן, אָבער נישקשה, פֿון צײַט צו צײַט מאַכן זײ אַן איבעררײַס אין זײערע הילכיקע געאָמעטריע־לימודים. אָבער… כ׳װײס שױן ניט װאָס צו טאָן; דער דאָזיקער „אָבער‟ טשעפּעט זיך שטענדיק צו מיר צו אין סאַמע אומגעריכטע מאָמענטן, איבער הױפּט דאַן, װען איך נײטיק זיך אין אַ גײַסטיקער התבודדות. אָט הערט אַ מעשׂה.
די קעצעריניע האָט זיך, פֿאַר קײנעם געדאַכט, צעשײדט מיט אונדז און איצט האָדעװעט זי די קעצלעך אין גן־עדן. אָבער װי ס׳האָט ליב זיך צו װערטלען דער רױמישער פּױפּסט, אַ הײליק אָרט בלײַבט קײן מאָל ניט לײדיק. און דער טײַטש דערױף איז, אַז מיר האָבן באַקומען אַ נײַעם שכן. און דער נײַער שכן, נעבעך, איז ניט מיט אַלעמען און ניט בלויז גוט פֿאַרטשאַדעט, נאָר פֿון אַלע שכנים האָט ער אױסגעקליבן דװקא מיך פֿאַר זײַן רבֿ. געװאַלד געשריִען! גאַנץ קאַיאָר שטעל איך זיך בײַם פֿענצטער אַ קוק טאָן אױף דער לבֿנה אָדער צו לערנען עפּעס פֿון דער ייִדישער חכמה, און — האָצעם־קלאָצעם — אַדון רבֿ, אַ גוט מאָרגן! װאָס רעדט ער װײַטער װײס איך ניט, װײַל כ’האָב נאָך ניט באַװיזן זיך אױסצולערנען פּערסיש. ער רעדט, און ער שיט מיט די װערטער; ער פֿאָכעט מיט די הענט װי אַ גוטע װינטמיל. גאָט מײַנער, מיט װאָס האָב איך זיך אַזױ פֿאַרזינדיקט?… װאָס בעט איך שױן פֿון דיר?… אַ ביסל שטילקײט און אַ בלעטל חכמה. אױך דאָס קענסטו מיר ניט געבן?… יעדע צװײ מינוט — „אַדון רבֿ, טשאָק טשאָקאָ טשאָק טשאָקאָ טשאָק טשאָקאָ…‟
כ׳האָב ניט געהאַט קײן ברירה און בין אַוועק אין אַ צװײטן צימער צו אַן אַנדערן פֿענצטער. הע, װײס איך װאָס… דער לאַנדשאַפֿט איז ממש אַ נעבעכדיקער, אַן אורבאַניסטישער. קײן קעץ דװקא איז פֿון דער זײַט הױז ניטאָ, װײַל אױך די קעץ האָבן פֿײַנט און מורא פֿאַר די משוגענע אױטאָס… מילא, אױף יעדן פֿאַל, אַן אױטאָ איז ניט ערגער פֿונעם „פֿאַרטשאַדעטן אַחשװרוש‟. כ׳האָב פֿאַרשטעקט די אױערן מיט װאַטע און אַ פּאָר טעג געהאַט הנאה פֿון לערנען און לײענען בײַם פֿענצטער. אָבער װוּ האָב איך דען מזל?… מיט אַ פּאָר װאָכן צוריק, קורץ פֿאַר די ניטל־חגאות, שטײ איך בײַם פֿענצטער און לײען אַ שײן ספֿרל פֿון אַ גרױסן חכם ר׳ הלל צײטלין, זאָל זיך מיִען. ס׳איז האַלב פֿינעף אינדערפֿרי — אַ מחיה, אַזאַ שײנער פֿרימאָרגן, אַזעלכע קלוגע און רײנע מחשבֿות, און… צװײ אױסגעבליאַקעװעטע שאָטנס אונטער מײַן פֿענצטער, אַן ער און אַ זי…
— אַדון, אַדון… אפֿשר האָט איר אַ פֿרײַע מינוטקעלע?
װאָס טוט אַ נאַיִװער ייִד האַלב פֿינעף אין דער פֿרי? ער ענטפֿערט: יאָ, אַדרבא, און גײט אַרױס אין דרױסן צו די אױסגעבליאַקעװעטע פּאַרשױנען, אַן ער און אַ זי. גײ װײס, אפֿשר האָבן זײ זיך אַ ביסל פֿאַרנעפּלט די מוחות מיט דער ניטל־משקה און קענען ניט געפֿינען אַ גלײַכן װעג אין דער װעלט אַרײַן.
הקיצור, גײ איך אַראָפּ צום פּאָרל און װיל זײ װײַזן די סטעזשקע צום אױטאָבוס־אָפּשטעל, נאָר זײ האָבן מיר פֿאַרשטעלט דעם װעג און כּמעט אַװעקגעלײגט מיט אַן אומגעריכטער פֿראַגע:
— צי װילט איר װיסן, װער איז דער אמתער גאָט? מיר קענען אײַך אַנטפּלעקן דעם פּשוטן און גלײַכן װעג צום אמתן גאָט.
װיל איך עפֿענען דאָס מױל פֿאַר אַן אײדעלן ענטפֿער: האָט מיר אַ גוטן תּמיד און פֿאָרט אײַך געזונטערהײט, און טאַקע װאָס װײַטער פֿון דאַנעט; נאָר דאָס אױסגעבליאַקעװעטע פּאָרל קען די „שײנע מלאָכה‟ ניט ערגער פֿון אַ פּיאַװקע. און זײ שיטן מיט די זיסע װערטער, און זײ װערן צערונען אינעם גײַסטלעכן עקסטאַז, נאָר צו פֿאַרשטעלן מיר דעם צוריקװעג פֿאַרגעסן זײ ניט.
— ניט נאָר ייִדן, נאָר אױך אַ סך פֿאַרבלאָנדזשעטע קריסטן װײסן ניט װאָס פֿאַר אַ װיכטיקע נאַכט איז הײַנט, װאָס פּראַװען זײ אין דער אמתן. נו, אונדזער ברודער, זאָגט אונדז, ביטע, װאָס פּראַװען מיר הײַנט?
— װאָס הײסט, „מיר‟? — מאַך איך אַ טעות און פֿרעג װי בײַ זיך אַלײן, — קײן זאַך פּראַװען מיר ניט. מיר גרײטן זיך צו קבלת־שבת.
— ניט ריכטיק, ניט ריכטיק, — האָבן זיך דערפֿרײט די אױסגעבליאַקעװעטע, — די, װאָס בלאָנדזשען אין דער פֿינצטער, מײנען, אַז זײ פּראַװען דאָס נײַע יאָר אָדער אַ „סילװעסטער‟. נײן, אונדזער ליבער ברודער, נײן.
דאָס פּאָרל האָט זיך אָנגעזעצט אױף מיר, װי אַ קװאָטשקע אױף די עופֿעלעך.
— אונדזער ליבער ברודער, מיר ברענגען דיר די גוטע בשׂורה. פּונקט הײַנט בײַ נאַכט, נאָר מיט אַריבער צװײ טױזנט יאָר צוריק, האָט מען מלע געװען דעם אמתן משיח, ישו הנוצרי, די ישועה…
שױן, איך האָב דערפֿילט, אַז כ׳װער פֿאַרפֿאַלן. אַ ברית אַהער, אַ ברית אַהין… איז װאָס?… מע האָט געייִדישט אַ ייִדיש קינד, װאָס איז אַזױ גרױס דער טומל? גאָטעניו, לישועתך קיװיתי, אױף דײַן ישועה האָב איך געהאָפֿט… און די ישועה איז געקומען… װער דען, אױב ניט מײַן טײַערע פֿרױ: — מעכל, װוּ ביסטו מיר נעלם געװאָרן? קום שױן, דײַן קאַװע װערט קאַלט.
נײן, מײַנע טײַערע דאַמען און הערן, װי זאָלט איר ניט האַלטן, נאָר איך קער זיך אום אין מײַן פֿריִערדיקן צימער; די קעץ, זאָלט איר װיסן, זײַנען ניט ערגער פֿון די מיסיאָנערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.