דער ניו־יאָרקער וואַלראַט אין סאָליוואַן־קאַונטי האָט צוריקגעצויגן זײַן קאַמף צו דיסקוואַליפֿיצירן די שטימען פֿון געוויסע חסידישע אײַנוווינער אינעם דאָרף בלומינגבורג.
דער וואַלראַט האָט פֿאַראַיאָרן בלאָקירט די שטימען פֿון 27 חסידים, טענהנדיק, אַז זיי זענען נישט באמת אײַנוווינער פֿון בלומינגבורג.
מער ווי צוויי טוץ חסידים האָבן אָנגעקלאָגט דעם וואַלראַט אין שטאַטישן געריכט, און אויך אין פֿעדעראַלן געריכט, טענהנדיק, אַז דאָס איז אַ ראַיה פֿון רעליגיעזער דיסקרימינאַציע.
דעם 8טן יאַנואַר האָבן ביידע צדדים — דער וואַלראַט און די חסידישע אָנקלאָגער — געסיליקט דעם שטאַטישן אָנקלאָג מחוץ דעם געריכט. דער ראַט האָט אויך מסכּים געווען אַרײַנצונעמען די נעמען פֿון די 27 חסידים אין דער רשימה וויילער פֿונעם קאַונטי.
„מיר זענען צופֿרידן, אַז ערבֿ אונדזער דערשײַנען פֿאַרן געריכט, האָט סאָליוואַן־קאַונטי באַשטעטיקט, אַז זײַן וואַלראַט האָט אומגעזעצלעך אַנולירט די שטימען פֿון צענדליקער חסידישע וויילער אין בלומינגבורג,‟ האָט דער ייִדישער קהילה־ראַט פֿון בלומינגבורג דערקלערט פֿאַר דער ייִט״אַ.
דער פֿעדעראַלער דיסקרימינאַציע־אָנקלאָג מצד די חסידים בלײַבט ווײַטער גילטיק.
אַ צאָל אָרטיקע נישט־חסידישע אײַנוווינער באַשולדיקן דעם מאָדערן־אָרטאָדאָקסישן בוי־אונטערנעמער שלום לאַם — דער זון פֿון הרבֿ נאָרמאַן לאַם, דער פּרעזידענט פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט פֿון 1976 ביז 2003 — און זײַן אינוועסטיר־שותּף, קענעט נאַקדימאַן, אין האָבן אָפּגענאַרט בלומינגבורג, דורכן צוזאָגן דעם ראַט, אַז זיי האָבן בלויז בדעה צו בויען אַ באַשיידענעם דירות־הויז פֿאַר פּענסיאָנערן און וואַקאַציע־לײַט, און אַ גאָלף־פֿעלד. בלומינגבורג האָט דעמאָלט געהאַט בלויז 420 אײַנוווינער; קיינער פֿון זיי — פֿרומע ייִדן.
ווי עס זעט אָבער אויס, וועט לאַמס בוי־פּראָיעקט ברענגען בערך 2,000 חסידים קיין בלומינגבורג ווי שטענדיקע אײַנוווינער.
די סאַטמאַרער קהילה האָט אין דער ייִדישער פּרעסע שוין אַליין באַצייכנט לאַמס בוי־אונטערנעמונג ווי אַ נײַ סאַטמער שטעטל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.