דעם 12טן יאַנואַר פֿאַלט אויס דער יאָרצײַט פֿון שלמה מיכאָעלס. מיט 68 יאָר צוריק איז ער דערהרגעט געוואָרן פֿון די „קאַ־גע־בע‟־אַגענטן. דאָס איז געוואָרן דער אָנהייב פֿונעם פּראָצעס איבער דעם ייִׅדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. דער רוסלענדישער ייִדישער קאָנגרעס האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן מיכאָעלסן און דורכגעפֿירט אַ צערעמאָניע אין זײַן אָנדענק.
די הויפּט־ידיעה אויף דער מאָסקווער ייִדישער גאַס איז פֿאַרבונדן מיטן נײַעם פֿילם וועגן ייִדישקייט און מדינת־ישׂראל, וואָס הייסט, „דאָס ייִדישע גליק‟. די מחברים, וולאַדימיר פּאָזנער, אַ באַרימטער זשורנאַליסט און טעלעוויזיע־טוער, און דער קאָמיקער און אַקטיאָר איוואַן אורגאַנט, זענען ביידע זייער פּאָפּולער אויף דער רוסישער טעלעוויזיע, אָבער, צום באַדויערן, ניט קיין קענער פֿון מדינת־ישׂראל און ייִדישער געשיכטע.
דער פֿילם באַשטייט פֿון עטלעכע סעריעס און ווערט געוויזן כּמעט צוויי וואָכן. יעדע סעריע איז געווידמעט אַן אַנדער טעמע: ירושלים, תּל־אָבֿיבֿ, קיבוצים, ישׂראל־אַרמיי, די מלחמות צווישן מדינת־ישׂראל און אַראַבישע לענדער, וועגן חורבן און די ייִדישע טראַדיציעס. דער ייִדישער עולם איז אויפֿגערודערט און באַשולדיקט די מחברים אין עם־הארצישקייט און אין אַ טענדענציעזן צוגאַנג. אין דער אמתן, זענען דאָ אינעם פֿילם ניט ווייניק גרײַזן אין פֿאַרשידענע אַספּעקטן — אי אין דער ייִדישער געשיכטע, אי אין דער טראַדיציע, אי אין העברעיִשע ווערטער. באַזונדערס פּראָבלעמאַטיש איז זייער אָפּשאַצונג פֿון די ישׂראל־אַראַבישע באַציִונגען.
צו די אַנדערע נײַעס: מיט אַ וואָך צוריק האָבן מיר דערציילט וועגן דעם פֿאַרמעסט פֿון „אײַ־טי‟‑פּראָיעקטן, וואָס ס׳האָט דורכגעפֿירט די אייראָפּעיִשע רבנישע אַסאָציאַציע. איר פֿאָרזיצער, ר׳ פּנחס גאָלדשמיט, דער הויפּט־רבֿ פֿון מאָסקווע, איז די וואָך געפֿאָרן קיין לאָנדאָן, כּדי צו דערקלערן דעם נאָמען פֿונעם געווינער.
געוווּנען אינעם פֿאַרמעסט האָט דזשאָן האַרפּער פֿון ענגלאַנד, וואָס האָט געשאַפֿן אַן אַפּליקאַציע מיטן נאָמען „רײַז‟ — אַ באַזונדערע פּראָגראַם פֿאַר נעווראָטישע מענטשן, וואָס העלפֿט זיי צו באַהאַנדלען זייערע פּראָבלעמען און דעפּרעסיווע צושטאַנדן. האַרפּער האָט באַקומען דעם הויפּט־פּריז פֿון 26,000 אייראָ. די צוויי אַנדערע פֿינאַליסטן האָבן באַקומען צו 18,000 אייראָ יעדער. די רבנישע אַסאָציאַציע האָט דערקלערט, אַז שוין דעם ערשטן פֿעברואַר 2016 וועט זי אָנהייבן אָנצונעמען נײַע אַפּליקאַציעס אויפֿן פֿאַרמעסט פֿונעם קומענדיקן יאָר.
די גרויסע מאָסקווער כאָר־שיל פּרוּווט צוצוציִען דעם פֿרומען עולם. עס ווערן דערקלערט צוויי נײַע קורסן לעקציעס: די לעקציעס פֿאַר פֿרויען וועגן צניעות, וואָס האַלט ר׳ אבֿיטל שפּענדיק, און דאָס לערנען פֿון חפֿץ־חיימס קאָמענטאַר צו „שולחן ערוך‟ מיט דעם זעלביקן נאָמען, „חפֿץ חיים‟, וואָס פֿירט דורך ר׳ אַלכּסנדר ז״ק. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ס׳רובֿ ייִדן זײַנען אַרויסגעפֿאָרן, איז נאָך דאָ אין מאָסקווע אַן עולם פֿאַר אַזעלכע לימודים.
אינעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי ענדיקט זיך די אויסשטעלונג „די ייִדן אין דער גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה‟, וואָס דערציילט וועגן די פּערזענלעכע געשיכטעס פֿון סאָוועטישע ייִדישע סאָלדאַטן און אָפֿיצערן. אין די ראַמען פֿון דער אויסשטעלונג איז פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש, געווידמעט איינעם פֿון זיי, שלמה טעלינגאַטער, אַ קינסטלער, וואָס האָט געהערט צו דער באַוועגונג פֿון קאָנסטרוקטיוויזם און איז געווען גענוג באַקאַנט אין די 1920—1930ער יאָרן. אין 1941 איז ער פֿרײַוויליק אַוועק אויפֿן פֿראָנט און איז געוואָרן אַ קינסטלער פֿון דער אַרמיייִשער צײַטונג „פֿאַרן פֿאָטערלאַנד‟. וועגן טעלינגאַטערס לעבן און זײַן גורל אויף דער מלחמה האָט דערציילט זײַן זון וולאַדימיר.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: אין מאָסקווע גרייט מען אַ קליינעם פֿעסטיוואַל פֿון מלחמה־פֿילמען, אָרגאַניזירט פֿון דעם מאָסקווער צענטראַלן הויז פֿון זשורנאַליסטן בשותּפֿות מיטן פּראָיעקט פֿונעם ירושלימער חורבן־מוזיי „יד־ושם‟, וואָס הייסט, „די נעמען פֿון חורבן־קרבנות‟. אויפֿן פֿעסטיוואַל וועט דעמאָנסטרירט ווערן דער פֿילם „חורבן — דער מיזרח־פֿראָנט‟. פֿאָרשטעלן דעם פֿילם וועט זײַן רעזשיסאָר, באָריס מאַפֿציִער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.