ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published January 13, 2016, issue of February 05, 2016.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

דער 68סטער יאָרצײַט נאָך שלמה מיכאָעלס

דעם 12טן יאַנואַר פֿאַלט אויס דער יאָרצײַט פֿון שלמה מיכאָעלס. מיט 68 יאָר צוריק איז ער דערהרגעט געוואָרן פֿון די „קאַ־גע־בע‟־אַגענטן. דאָס איז געוואָרן דער אָנהייב פֿונעם פּראָצעס איבער דעם ייִׅדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. דער רוסלענדישער ייִדישער קאָנגרעס האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן מיכאָעלסן און דורכגעפֿירט אַ צערעמאָניע אין זײַן אָנדענק.

אַ פֿילם וועגן ישׂראל, „דאָס ייִדישע גליק‟

איוואַן אורגאַנט און וולאַדימיר פּאָזנער
איוואַן אורגאַנט און וולאַדימיר פּאָזנער

די הויפּט־ידיעה אויף דער מאָסקווער ייִדישער גאַס איז פֿאַרבונדן מיטן נײַעם פֿילם וועגן ייִדישקייט און מדינת־ישׂראל, וואָס הייסט, „דאָס ייִדישע גליק‟. די מחברים, וולאַדימיר פּאָזנער, אַ באַרימטער זשורנאַליסט און טעלעוויזיע־טוער, און דער קאָמיקער און אַקטיאָר איוואַן אורגאַנט, זענען ביידע זייער פּאָפּולער אויף דער רוסישער טעלעוויזיע, אָבער, צום באַדויערן, ניט קיין קענער פֿון מדינת־ישׂראל און ייִדישער געשיכטע.

דער פֿילם באַשטייט פֿון עטלעכע סעריעס און ווערט געוויזן כּמעט צוויי וואָכן. יעדע סעריע איז געווידמעט אַן אַנדער טעמע: ירושלים, תּל־אָבֿיבֿ, קיבוצים, ישׂראל־אַרמיי, די מלחמות צווישן מדינת־ישׂראל און אַראַבישע לענדער, וועגן חורבן און די ייִדישע טראַדיציעס. דער ייִדישער עולם איז אויפֿגערודערט און באַשולדיקט די מחברים אין עם־הארצישקייט און אין אַ טענדענציעזן צוגאַנג. אין דער אמתן, זענען דאָ אינעם פֿילם ניט ווייניק גרײַזן אין פֿאַרשידענע אַספּעקטן — אי אין דער ייִדישער געשיכטע, אי אין דער טראַדיציע, אי אין העברעיִשע ווערטער. באַזונדערס פּראָבלעמאַטיש איז זייער אָפּשאַצונג פֿון די ישׂראל־אַראַבישע באַציִונגען.

דער פֿאַרמעסט פֿון „אײַ־טי‟‑פּראָיעקטן

צו די אַנדערע נײַעס: מיט אַ וואָך צוריק האָבן מיר דערציילט וועגן דעם פֿאַרמעסט פֿון „אײַ־טי‟‑פּראָיעקטן, וואָס ס׳האָט דורכגעפֿירט די אייראָפּעיִשע רבנישע אַסאָציאַציע. איר פֿאָרזיצער, ר׳ פּנחס גאָלדשמיט, דער הויפּט־רבֿ פֿון מאָסקווע, איז די וואָך געפֿאָרן קיין לאָנדאָן, כּדי צו דערקלערן דעם נאָמען פֿונעם געווינער.