אַ שמועס אין ייִדיש און פּסיכאָאַנאַליז

A Conversation in Yiddish about Psychoanalysis

מאַקס כּהן און זײַן נײַ בוך
מאַקס כּהן און זײַן נײַ בוך

פֿון פֿראַנסואַ אַרדעווען

Published January 15, 2016, issue of February 05, 2016.

פּסיכאָאַנאַליז, ייִדיש, שמועסן: צווישן אייגנקייט און פֿרעמדקייט

דער פּסיכאָאַנאַליז איז אַ שמועס. פֿון דעם וויל מאַקס כּהן — אַ בוך נאָך אַ בוך — ניט אָפּטרעטן; ס‘איז אַ שמועס צווישן לעבעדיקע און טויטע אויף אַ בשותּפֿותדיקער שפּראַך. מאַקס כּהן דערוועגט זיך צו טראַכטן, אַז אין אָט דעם גאַנצן עסק איז פֿאַראַן עפּעס וואַמפּיריש. דווקא ייִדיש, דער זשאַרגאָן, ווי עס פֿלעגן עס רופֿן פֿרויד און דאָס רובֿ אַסימילירטע ייִדן, איז דאָס געמישטע לשון, געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון קריִאָליש, איינע פֿון די שפּראַכן, וואָס זענען אַרומגעגאַנגען אַרום פֿרוידן, און וועלכע האָבן אים אַוודאי פֿאַרכאַפּט, הגם דער דערפֿינדער פֿון פּסיכאָאַנאַליז האָט אַמאָל באַדאַרפֿט האָבן פֿון ייִדיש אַן איבערזעצונג אויף דײַטש.

דער וויץ, אַז אַ וואָרט מאַכט דײַטש און ייִדיש פֿאַר שותּפֿים, איז נישט בלויז אַ שיינער וויץ, נאָר בעצם אַ הויפּט־ספּרוזשינע, אַ כּלל־כּלי פֿון ייִדיש. מיט אַ וויץ קאָן מען מיטאַמאָל אויפֿרײַסן די געוווינטשאַפֿט פֿונעם רעדנער און אים אָפּרײַסן פֿון זײַן עלנטקייט. אַ גאַנץ פֿאָלק לויפֿט זיך צונויף, ווען עס הערט דעם געהעריקן קלוגן שפּאַס, וועלכער שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מין סימבאָלישן צערטל־גלעט, אַרויסגערופֿן דורך אַ געוויסער שפּראַך; צו געפֿינען אַ טרייסט פֿון עפּעס, וואָס האָט ניט קיין טרייסט. נאָר אַ שמייכל קען ווי אַוועקנעמען מיט דער האַנט אַ טראַגיש געפֿיל. אַגבֿ, דערמאָנט מאַקס כּהן, איבערהויפּט אין דעם בוך, עטלעכע טעאָריעס וועגן דעם וויץ — סײַ זײַן אייגענע טעאָריעס און סײַ אייניקע טעאָריעס פֿון אַנדערע מחברים.


אַן אַנטראָפּאָלאָגישער אַרכיוו אָן אַ פֿאַרגלײַך

במשך פֿון אַ יאָר 10 האָט מאַקס כּהן, ווי אַ פּסיכאָאַנאַליסט און אַ דאָצענט בײַ אַ פּאַריזער אוניווערסיטעט, דורכגעפֿירט איבער 300 אינטערוויוען מיט ייִדיש־רעדנדיקע מענטשן, איבערגעגעבן אויף דער אויסטראַלישער ראַדיאָנעץ אין מעלבורן און אַנדערע מעדיאַס. דער דאָזיקער קלאַנג־ און פֿילם־ אַרכיוו (מע קען עס געפֿינען אויף זײַן וועבזײַט) שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מין ענציקלאָפּעדיע פֿון פּנימער און שטימען, אַנטראָפּאָלאָגישע דאָקומענטן אָן אַ פֿאַרגלײַך, וווּ עס רעדן די אויסגעפֿרעגטע וועגן זייערע לעבנס און זייער באַציִונג צו ייִדיש, אומבאַוווּסט צי באַוווּסטזיניק. צווישן זיי קאָן מען הערן דעם אַדוואָקאַט שמואל פּיזאַר, דעם שרײַבער אַהרון אַפּעלפֿעלד, דעם פּיאַניסט יעווגעני קיסין, דעם פֿיזיקער איזיאָ ראַזענמאַן, איינער פֿון די לעצטע לעבן־געבליבענע קינדער פֿונעם לאַגער בוכענוואַלד, דעם לינגוויסט יצחק ניבאָרסקי און אַ סך אַנדערע.

קיין איין אינטערוויו דינט אָבער נישט ווי סתּם אַ פּסיכאָאַנאַליז; זיי אַלע פֿאָלגן אַן אייגענעם, שטרענג באַשטימטן פּראָטאָקאָל: צען מינוטן, און מע רעדט נאָר ייִדיש. אין דער זעלבער צײַט, זײַנען די אַלע אינטערוויוען געגליכן צו אַ פּסיכאָאַנאַליטישער סעסיע, וואָס מאַקס כּהן רופֿט — אַ געשעעניש. אַ געשעעניש איז „עפּעס אַזוינס, וואָס קומט פֿאָר און וואָס איז שיִער־גאָרנישט‟, ווי עס האָט געזאָגט דער פֿילאָזאָף וולאַדימיר יאַנקעלעוויטש1. אָט דאָס דאָזיקע „שיִער־גאָרנישט‟ איז טאַקע דאָס, וואָס מאַקס כּהן אין זײַנע אינטערוויוען לאָזט בײַ די אויסגעפֿרעגטע אויפֿקומען, אַרויסגעזאָגט ווערן, בשעת ער אַליין פּרוּווט בלויז אַרויסציִען פֿון זיי אייניקע אײַנאָרדענונג־פּרינציפּן. אַ שפּראַך געפֿינט זיך בעצם שטענדיק ווי אויף דער אַנדערער זײַט… פֿאַר זיך אַליין; צומאָל איז גענוג בלויז זי צו דערהערן, ווי זי כאַפּט אײַך אַרויס פֿון דער קענטיקער ווירקלעכקייט.

אין די אינטערוויוען באַווײַזן זיך, לויט כּהנען, פֿיר כּללים אָדער פּרינציפּן, וואָס דאַרפֿן גענומען ווערן אין אַכט, ווען מען האָט בדעה איבערצוגעבן לדורות די שפּראַך און דאָס איבערגעלעבטע:

1) אַז די שפּראַך איז נישט קיין גלײַכגילטיקער שליח; אַז אין איר ליבט מען און אין איר קען מען טייטן; און אַז ייִדיש איז אַ פֿאַרוווּנדיקטע שפּראַך, ווי אַ פֿאַרדאַמטער שליח.

2) אַז מאַמע־לשון קומט נישט אויסצופֿילן די פּוסטקייט, נאָר איז בלויז אַ שניטקע אינעם דיבור.

3) אַז אינעם וויץ דאַרף מען זיך אַליין קיינמאָל נישט פֿאַרגעסן, און אויך נישט פֿאַרגעסן דעם צוהערער.

4) און ענדלעך אַז, היות עס האַנדלט זיך תּמיד אין דעם פּסיכאָאַנאַליז מיט אַ טראַנספֿער, האַנדלט זיך עס אין די אינטערוויוען מיט אַ טראַנספֿער צו דער „שמאַטע‟ (כּהן באַטראַכט דאָס דאָזיקע וואָרט, וואָס ער נעמט בײַ דער גרויסער פּסיכאָאַנאַליטיקערין אַן־ליז שטערן2), צו די „שמאַטעס‟, וואָס איז געוואָרן פֿון די אָבֿות אין די לאַגערן.

דאָס נײַ בוך איז נישט קיין פּשוטע, קאַלטע אַנטאָלאָגיע; עס ווערן דאָרט דערמאָנט מיט גרויס דרך־ארץ די טרעפֿונגען, וואָס מאַקס כּהן רופֿט, „זײַטיקע טראַנספֿערן‟, דאָס הייסט, נישט קיין פּסיכאָאַנאַליטישע, וועלכע געבן אים חומר צו קלערן ווי אַ פּסיכאָאַנאַליסט וועגן זײַנעם אַ סוביעקט.


„אַ געמיש פֿון לשונות‟ — אָפּקלאַנגען

פֿיר כּללים, ווי פֿיר טויערן. דער פֿערטער טויער טראָגט אַ בבֿלישן נאָמען: דאָס געמיש פֿון לשונות, אַן אָפּרוף אויף שאַנדאָר פֿערענטשיס3 אַ בריוו צו פֿרוידן פֿונעם 3טן מײַ 1911, אין וועלכן פֿערענטשי באַשרײַבט דעם „נס‟ פֿון קענען אַליין אויסגעפֿינען, אויסלייענענדיק פֿונעם פּנים, דעם נאָמען פֿון אַ פֿעלדפֿעבל, וועלכער האָט אים גאָרנישט געהאַט געזאָגט, פּשוט געזעסן אין אַן אויטאָבוס אַנטקעגן אים. דער פֿעלדפֿעבל האָט געהייסן כּהן, יאָהאַן כּהן. פֿרויד לייקנט דאָך נישט אָפּ די מעשׂה, אָבער ער צווייפֿלט, ווי ער האָט זיך שטענדיק געהאַלטן לגבי די קוריאָזע, וועלכע עס האָט אַזוי ליב געהאַט צו דערציילן שאַנדאָר פֿערענטשי. פֿרוידן דוכט זיך, אַז פֿערענטשי מישט אַלצדינג צונויף, און אַז אַ נאָמען דאַרף קיינמאָל נישט אויסגעפֿונען ווערן. דער טראַנספֿער אַליין גיט אָפּ די נעמען אַ לעבן; און אין דער קליניק פֿון ייִדיש איז דער טראַנספֿער תּמיד אַ טראַנספֿער צו די „שמאַטע־אָבֿות‟, צו די „פֿאַרשמאַטערטע‟ קערפּערס אין די לאַגערן. מאַקס כּהן נעמט אָן אויך דאָס וואָרט פֿון אַן־ליז שטערן, און גיט אים אַן אייגענע אָנריכטונג. אָט איז די פֿערטע וואַנט פֿון דעם קאָנצעפּטועלן אויפֿבוי, וואָס גיט אָפּ, לויט מאַקס כּהנען, אַ געקלערטן משמעות צו ייִדיש.


אַ האַרציקע מאָזאַיִק

מער ווי אין זײַנע פֿריִערדיקע ביכער, הערט זיך אין דעם דאָזיקן ווערק דער פּערסאָנעלער טאָן פֿון מאַקס כּהן; די דערציילונג ווערט געפֿירט אַמאָל פֿון דער ערשטער פּערזאָן, אין אַ תּלמודישן טעמפּאָ, מיט אַלגעמיינע געדאַנקען (מכּוח קאַפֿקאַ, דער שטאָט בערלין א.אַ.וו) און אַמאָל ווי אַ ווידוי, ווײַל אַ שמועס איז דאָך שטענדיק ווי אַ מאָזאַיִק, ווען מען באַטראַכט זיך גוט; און סוף־כּל־סוף, ווערט מען געוווירן, אַז דעם שמועס האָט מען שוין געהאַט מיטן מחבר גופֿא, ערשט נאָכדעם ווי מע האָט דאָס בוך פֿאַרמאַכט.

דאָס בוך הייבט זיך אָן מיט אַ פֿאָרוואָרט, אָנגעשריבן פֿון כּהנס קאָלעגע און פֿרײַנד ראָבער סאַמאַכער, אַליין אַ געוועזן באַהאַלטן קינד. ס‘איז כּדאי צוצוגעבן, אַז די ייִדישע טעקסטן פֿון די אינטערוויוען וועלן זיך אין גיכן באַווײַזן אויף מאַקס כּהנס וועבזײַט, ווי אויך איבערגעזעצט אויף פֿראַנצייזיש און ענגליש.

פֿון פֿראַנצייזיש — ארז לווי


1. Vladimir Jankélévitch וולאַדימיר יאַנקעלעוויטש (1903-1973), אַ פֿראַנצייזישער פּילאָזאָף און מוזיקאָלאָג פֿון ייִדיש־רוסישן אָפּשטאַם. ער האָט באַזונדערס באַטראַכט פֿראַגעס וועגן עסטעטיק, מוסר, און דעם חורבן.

2. Anne-Lise Stern. אַן־ליז שטערן (1921-2013), אַ פֿראַנצייזישע פּסיכאָאַנאַליטיקערין, געבוירן געוואָרן אין דײַטשלאַנד אין אַ ייִדישער משפּחה, אויסגעוואַנדערט קיין פֿראַנקרײַך אין 1933, דעפּאָרטירט אין 1944. זי האָט זיך לאַנגע יאָרן אָפּגעגעבן מיט נאַרקאָמאַנען און אַנדערע פּאַציענטן; האָט אויסגעשטאַלטעט אין איר אַרבעט דעם באַגריף פֿון „דעפּאָרטירט־וויסן‟, באַטראַכטנדיק איר לעבן אין אוישוויץ. געשטאָרבן אין פּאַריז.

3. Sandor Férenczi שאַנדאָר פֿערענטשי (1873-1933), אַן אונגערישער פּסיכאָאַנאַליסט, פֿרוידס אַ שילער.