דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן

That’s where the Dog is Buried


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published January 15, 2016, issue of February 05, 2016.

אויב איר לייענט די „ניו־יאָרק טײַמס‟, וועט איר באַמערקן זייערע נעקראָלאָגן. האָב איך זיך אָפּגעשטעלט אויף איינעם אַ פּראָפֿעסאָר מיטן נאָמען רוי בלומענשטיין, וואָס איז אַוועק אין דער אייביקייט אין עלטער פֿון אַכציק. בײַם לעבן האָט ער זיך ספּעציאַליזירט אויפֿן געביט פֿון היספּלאַסמאָסיס, קריפּטאָקאָקאָסיס און היסטאָפּלאַסמאָסיס — אַ בינטל אינטערעסאַנטע קרענק, האָב איך זיך געטראַכט. האָב איך גענומען זוכן אין די מעדיצינישע ענציקלאָפּעדיעס און אויסגעפֿונען, אַז מ’קען פֿון די אַלע קרענק בלינד ווערן. און ווײַטער איז דאָרט געשטאַנען, אַז דער פּראָפֿעסאָר האָט איבערגעלאָזט זײַן באַליבטע משפּחה, צווישן זיי זײַן פֿרוי קאָלײַטיס, די טאָכטער נעפֿרײַטיס, זײַן זון אינסיפּידוס און דער עיקר, זײַן באַליבט הינטל דרײַפֿוס.

אויף דעם פּראָפֿעסאָרס מצבֿה איז געשטאַנען:

„פּ״נ, דאָ ליגט באַגראָבן דר. רוי בלומענשטײן, בן שמריהו זיסל בלומענשטײן, דער ספּעציאַליסט אין היסאָפּלאַסמאָסיס. ער האָט אויך באַדינט און געהיילט די הינט פֿונעם קיסר פֿון סאַודיע־אַראַביע און דעם פּרינץ מוכאַמעד אַבדאַלאַ פֿון קוּווייט. דר. רוי בלומענשטײן פֿאַרמאָגט צענדליקער קליניקעס אויף זײַן נאָמען. כּבֿוד זײַן נאָמען.‟

פֿאַרשטייט זיך, אַז דער אומגליק איז געווען גרויס, נאָר פֿאַר זייער קודלאַטן הונט דרײַפֿוס איז עס געווען דער גרעסטער קלאַפּ, ממש הימל עפֿנט זיך, וואָס אַ הונט קען זיך פֿאָרשטעלן.

דרײַפֿוס איז געווען געוווינט צו גרויס לוקסוס און אויפֿמערקזאַמקייט, מ’האָט זיך ממש מיט אים געצאַצקעט זײַן גאַנץ לעבן. מ’האָט אים מיטגענומען אויף וואַקאַציעס, ער האָט געטראָגן די טײַערסטע זון־ברילן, ווײַל ער האָט אויך געליטן אויף היסטאָפּלאַסמאָסיס. זומער האָט מען אים אָנגעטאָן אַ באָד־קאָסטיומעלע אויסגענייט מיט רויטע בלימעלעך. און ווינטער — קאַלאָשן מיט אַ שירעמל.

דאָס הינטל איז געווען געוווינט צו עסן „פּאַטיי דע פֿואַגראַ‟, „סטוירדזשען־פֿיש,‟ און פּיצאַ. ווער וועט מיט אים איצט גיין שפּאַצירן אין הינטישן פּאַרק? דאָרט האָט ער זיך באַקענט מיט גאָר וואַזשנע הינטישע זין און טעכטער ווען, זיי פֿלעגן זיך פֿאַרזאַמלען אַרום דעם „פֿײַער הײַדרענט‟, די אײַזערנע וואַסער־פּאָמפּע, ספּעציעל באַשטעלט פֿון די פֿײַער־לעשער פֿאַר די הינט אויסצולאָדן זיך.

דעם דאָקטערס טאָכטער האָט נישט געהאַט קיין צײַט צו טרויערן, איז זי אַוועק קיין קאַזאַכסטאַן צו באַוווּנדערן זייער לאַנדשאַפֿט מיט די הויז־באַשעפֿענישן. דער זון איז גלײַך אַוועק קיין אינדיע, געווען שטאַרק פֿאַרטאָן אין „זען־בודיזם‟, און דאָס ווײַב קאָלײַטיס, ווי נאָר זי האָט זיך באַפֿרײַט פֿון די שווערע מאָמענטן, אַזוי איז זי אַוועק אויף אַ „קרוז‟, ס’הייסט, אויף אַן אויספֿלוג מיט אַ שיף אין די גריכישע אינדזלען, וווּ די זון גייט אויף מיט אַ גאָלדענעם אין דער פֿרי און הויכט אויס די נשמה אונטער די פּוכענע וואָלקנס. אַן אינדזל, וווּ די וואַסערן שעמערירן מיט זילבערנע צוזאָגן, און דאָס עסן לייגט זיך גרינג אויף דער צינג, אויף דער לינג נאָך יעדן שלינג.

דערווײַל האָט דאָס הינטל דרײַפֿוס באַקומען אַרטרײַסיס. עס איז ממש אויסגעגאַנגען פֿאַר צער; זײַן האַר האָט אים פּלוצעם פֿאַרלאָזט אָן אַ זײַ־געזונט. באַגינען איז די באַלעבאָסטע אַנטרונען, נאָר איידער וואָס־ווען האָט זי אים אַרײַנגעגעבן אין אַ לוקסוס־האָטעל פֿאַר הינט מיט אויפֿפּאַסער אין ווײַסע הענטשקעס און אויפֿפּאַסערקעס אין ווײַסע כאַלאַטן גרויסע אַנטיפּאַטן.

מיט דער צײַט איז דרײַפֿוסן באַפֿאַלן אַ חשד, אַז זײַנע באַלעבאַטים לאָזן זיך וווילגיין, וווּ די וועלט האָט אַן עק, און פֿאַרלאָזט זייער באַליבט הינטל אין גרויס שרעק. עס בילט און שילט, אַז עס איז אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ וועלט פֿון הינטישע זין און טעכטער, יעדער פֿון זיי גרימירט און באַצירט מיט אַ שעלמיש געלעכטער, הינט גרויסהאַלטער צוליב זייער ראַסע ממש אָן אַ פּליאַם, און אויך דערשלאָגענע הינט צוליב זייער נידעריקן שטאַם.

אַוועק אַ שטיקל צײַט און דרײַפֿוס האָט גענומען אויף זיך בעטן דעם הינטישן טויט, גרײט געווען איבערצוטרעטן די שוועל פֿונעם הינטישן גן־עדן. האָט זיך דער גאָט פֿון די הינט אויף אים דערבאַרעמט און אים אַראָפּגעשיקט דעם הינטישן מלאך־המות מיט דער גיפֿטיקער שווערד, און ער האָט דרײַפֿוסן געהאַט טיף, טײַער אין דר’ערד.

דאָ האָט זיך אָנגעהויבן די אמתע יללה. די באַלעבאָסטע איז ראַפּטעם געקומען צו פֿליִען פֿון די גריכישע אינדזלען מיט אַ בהלה; די קינדער האָבן זיך אומגעקערט, און אויף דער לוויה געריטן אויף פֿערד. מ’האָט אָנגעשטעלט פֿידל־שפּילער מיט אַ פֿלײט צו באַגלייטן דרײַפֿוסן אין זײַן אייביקייט. די טרויעריקע קאַמפּאַניע איז נאָכגעגאַנגען דעם טרויער־מאַרש אונטער די טענער פֿון בעטהאָווענס אַכטע סימפֿאָניע. מען האָט דרײַפֿוסן געפֿירט צום הינטישן בית־עולם אין „האַרצדייל‟, נישט ווײַט פֿון ניו־יאָרק. דאָרט האָט מען אויפֿגעשטעלט אַ מצבֿה וווּ עס זײַנען געווען אויסגעקריצט מיט גאָלדענע אותיות די דאָזיקע רייד:

„דאָ ליגט באַגראָבן אונדזער באַליבט הינטל דרײַפֿוס, דער זון פֿון זײַן טאַטן צווייפֿוס און זײַן וואַזשנע מאַמען צווייפֿוס. זייער קינד איז געווען אונדזער קינד, אונדזער אָנהאַלט אין לעבן. ער האָט אונדז געברענגט גרויס פֿרייד און פֿאַרגעניגן, אַפֿילו דעמאָלט, ווען ער האָט שוין נישט געקענט מער קריכן אויף די שטיגן. מיר האָבן אים ליב געהאַט ס’לעבן. גאָט האָט געגעבן און גאָט האָט גענומען. זאָל אים ווויל באַקומען.‟